612 םםר לוקן1 װ צװײ ארעמע געטן ׳ א טיש מיט עטליכע שטולן . די פארהאעען זענען געווע ן אויפגע• האנגען אויף שטעקנס . דער דלות אמגעלעגן םמ אויבן אויף . געװען זענען זיי 4 שװעמסטער . מרים איז געװען די עלטסטע . קײן םוטער האב ן זײ נישט געהאט . דער פאטער איז געװען א שטילער , גוטער מענטש . מיר פלעגן אפט זיד צונויפקומען בײ מרימען אין שטוב . מיר האבן געזונגען , געשפילט אין פאנטן . מרים האט ליב געהאט צו דערצײלן װעגן א ביכל , װאס זי האט נאר װאם איבערגעלײענט . אײן מאל האט זי אונדז דערצײלט , אז זי האט געלײענט א בוך מיטן נאמען ״גראף מאגטע כריםטא״ . זי איז געװען אין גאנצן פארכאפ ט פון דעם בוך , אבער מער װי די ערשטע טייל דערפון איז אין ביבליאטעק נישט געװען . איך האב געזאגט , אז איך האב דאס בוך ערגעץ װו געזען . זי האט מיד שוין נישט אפגעלאזט , נאר איך זאל תיכף גיין זען , צי דאס איז טאקע דאס בוך . מרים האט זיך נישט געקענט דערװארטן און געלאפן מיר אנטקעגן ׳ װע איך האב געטראג ן צו איר דאס גראבע צעריסענע בוך . זי האט אזש געטאנצט פון פרײד , נאך דעם װי מיר אלע האבן איבערגעלײענט דאס בוך , האבן מיר זיך פארשריב ן אין ביבליאטעק און גענומען ביכער צום לײענען . אין גיכן איז מרים שומיק געװארן א מיטגליד פון קאמוניסטישן יוגנט־פארבאנד . א דאנק איר ארגאניזיר־פעיקײט איז געשאפן געװארן דאס ערשטע קאמױגישע קעמערל אױ לוקאװ •
Original scan
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1356
passage_f688c33ef033fb34ea52f4f1
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1358-2013
אלס מיטגליד פון ק.פ.פ. איז מרים געווען טעטיק אויפן געביט פון דעם פוילישן מיליטער. זי איז געווארן ארעסטירט און פארמשפט געווארן אויף 4 יאר תפיסה. אין טורמע האט מען זי זייער געפייניקט, ביז זי איז קראנק געווארן אויפן הארץ. אין יאר 1928 האט זי אין טורמע זיך באקאנט מיטן באקאנטן ארבעטער־טוער העטס מענדל שטאקפיש און זי איז געווארן זיץ פרוי. צוזאמען מיט אים איז זי געפארן אין ראטן־ פארבאנד, ווו זיי זענען געווארן אפאזיציאנעל צו דעם סטאלינישן רעזשים, וואס האט זיך אנגעהויבן איינשטעלן סוף 20ער יארן . זי האט די לעצטע יאר געלעבט אין ווארשע. זי איז געווען אין געטא ביז צום אויפשטאנד. מ. 0 .
passage_bc4619d9a09cb22e07db3808