Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 63
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1095

ססר לוקאװ 59 און שניידערס, מייםטנס טאנדייטניקעס, האבן ױיערע אויםארבעטונגען פארקויפט אויף די ירידים אין די ארומיקע שטעטלעך. צװישן די ײדישע ארבעטער און בעל־מלאכהס זענען אויך געװען: םטאליארעס, שמידן, בעקערם, שטריקנמאכערס און אויךא גרויסע צאל סופרים (םופרי סת״ם), שרייבער פרן יידישע הייליקײטן. עם פלעגן קומען סלאנימער םוהרים, װעלכע האבן די מזוזות, תפילין א״א אװעקגעפירט אין די ײדישע ישובים פון רוםלאנד. אויך קי? אמעריקע פלעגט מען שיקן די אויםארבעטונגען פון די לוקאװער םופרי סת״ם. אין די יארן 7—1906 האט די שטאט עקאנאמיש אויפגעלעבט אין שײכות מיטן איבערטראגן זיך פון גאסטמאנם שוך־פאבריק פון װארשע קײן לוקאװ. די דאזיקע פאבריק האט באשעפטיקט עטלעכע הונדעדט ארבעטער. עס האט זיך אויך געעפנט א צװײטע קלענערע שוך־פאבריק פון ױםף מענדל האכמאן. מאיר ליבערמאן האט פארלײגט אן אלבום־פאבריק. די בײדע לעצטע פאבריקן האבן אויך באשעפטיקט צענדליקער ארבעטער. דאם לעבן פון דער ײדישער באפעלקערונג איז געװארן לײכטער און אויך בײ די פוילישע שכנים איזא דאנק דעם די לאגע געװארןא בעםערע.

passage_47dda3e4146c296e0c7e6be8
Passage 2normalized OCR · source chars 1097-2143

צו יענער צײט האט זיך אויך אנגעהויבן אנטװיקלען אין לוקאװ די צױניסטישע באװעגונג. פירער פון די צױניסטישע גרופעם איז דאן געװען הערשל אײזנבערג, װעלכער פלעגט ארויםטרעטן מיט לעקציעם װעגן ארץ־ישראל און צױניזם. די דאזיקע גרופע האט אויך צונויפגעזאמלט ביכער אין ײדיש, העברעיש און אנדערע שפראכן, און געעפנטא ביבילאטעק אין דעם ביכער־ און צײטונגען־געװעלב פון לײב בארנשטײנס טעכטער. די ביבליאטעק איז נישט געווען לעגאליזירט. אין יאר1912 האבן די ביבליאטעק־אנפירער אראפגעבראכט הלל צײטלינען אויף אן עפנטלעכן רעםעראט, און שפעטער— ראובן ברײנינען. די בײדע רעפעראטן האבן געעסנט דעם װעג צו א נייעם געזעלשאפטלעכן אויפשטייג. אין יאר1914 איז פארגעקומען אין ״דאם לודאווי״ דער ערשטער עפנטלעכער קאנצערט, וואם איז באשטאנען פון רעציטאציע און געזאנג פון ײדישע פאלקם־לידער. דער אװנט איז געװארן באזוכט םון אלע שיכטן יידישע באפעלקערונג. מען האט געפלאנט צו עפענעןא לעגאלע ביבליאטעק, אבער די צארישע מאכט האט נישט געוואלט געבן דערויף קיין דערלויבעניש. ♦

passage_7e32d93cb52a7422cc083112
Passage 3normalized OCR · source chars 2145-2771

מיטן אויםברוך פון דער ערשטער ורעלט־מלחמד, איז דאם געזעלשאפטלעכע און עקאנאמישע לעבן אין לוקאװ צעשטערט געװארן. די קלענערע פאבריקן האבן זיך תיכף פאדמאכט: גאםטמאנם פאבריק האט בלויז טײלוױיז געארבעט: די סוםרים האבן בכלל נישט געהאט קיץ ארבעט. אויך דער גאנצער מםחר האט זיך אפגעשטעלט. דער גרעםטער טײל פון דער ײדישער באפעלקערונג איז געבליבן אן פרנםה. אין יאר1915 איז פוילן געװארן אקופירט דורך די דײטשע און עסטרײכישע ארמײען. צו ערשט איז לוקאװ געװארן פארנומען דורך די עסטרײכער. די ײדישע באפעלקערונג, װאם האט זיך באהאלטן פאר די רוםישע קאזאקן־פאגראמשטשיקעם,

passage_2a17bd909f357bdd27696cff