60 פרלוק >1װ האטא ביםל פרײער אפגעאטעמט. שפעטער זענען די עםטרייכער אפגעטראטן און זײער ארט האבן פארנומען די דײטשן. אין שײכות מיט דער דײטשער אקופאציע פון די מזרח־געביטן, האט מען ארויםגעשיקט די אײנװוינער פון בריםק און פון די ארומיקע שטעטלעך מיטן מאטיװ, אז בריםק איזא םעםטונג,א םטראטעגישער פונקט. מען האט די ײדן צעשיקט אין דער גאנצער געגנט, װי ביאלע־פאדלאםק, מעזריטש און אויך לוקאװ. עם זענען אנגעקומען צו אונדז אין שטאט די ײדישע הײמלאזע מיט זײער ביםל ארעמקײט. אלט און יונג האט זיך ארײנגעװארפן אין דער הילפם־ארבעט לטובת די הײמלאזע. מען האט זײ געשאפןא דאך איבערן קאפ און די ערשטע טעג געקאכט עםן פאר זײ.א םך האבן זיך געװאלגערט אין די בתי־מדרשים. עם איז אויםגעבראכןא טיפום־עפידעמיע. עם איז אװעקא דעלעגאציע צו דער דײטשער מאכט און געבעטןא דערלויבעניש איינצוארדענעןא שפיטאל אין גרויםן װייבערישן בית־מדרש. מען האט אזא דערלויבעניש געגעבן און מען האט אײנגעארדנט דאם שפיטאל אונטער דער אויפזיכט פון דײטשן דאקטאר בידערמאן. מען האט אײנגעשטעלט דיזשורן אויף בײטאג און בײנאכט. קײנער פון דער ױגנט,
םײ מענער, םײ פרויען, האבן זיך נישט אפגעזאגט פון דער ארבעט בײם ראטעװען די ײדישע הײמלאזע. די דאזיקע איבערגעגעבנקײט האט געגעבן צװײ קרבנות. אײנע פון זײ איז געװען לאה פעלדמאן, די געראטענע 18־יאריקע טאכטער פון חײם שלמה פעלדמאן (די שװעםטער פון אונדזער ליבן מאטל פעלדמאן פון נױ־יארק). זי איז געװען זײער באליבט בײ דער שטאטישער ױגנט און געשפילט אין 1טן דראמקרײז. דער צװײטער קרבן איז געװען הערשל זילבערשטײן,א םופר פון פאך,22 יאר אלט. בײדע זענען זײ געשטארבן פון טיפום, מיט װעלכן זײ האבן זיך אנגעשטעקט בײ זײער פרײװיליקער ארבעט. ביםלעכװײז האט די לאגע אין שטאט זיך םטאביליזירט. מען האט זיך צוגעװוינט צו די דײטשע אקופאנטן. די געזעלשאפטלעכע טעטיקײט האט אנגעהויבן צוריק אויפלעבן. עם האט זיך געעפנטא ײדישע ביבליאטעק בײם ״קולטור־פאראײן״. בײם /׳קולטור־ פאראײן״ איז אויך געגרינדעט געװאחא קינדער־גארטן און אן 1טע קלאם פאלקםשול. דער קינדער־גארטן איז געװארן געפירט דורך פרײלין שידלאװםקי, און די שול— דורך דעם לערער קאן, װעלכן מען האט געבראכט פון װארשע. קאן איז געװען זײער אן אינטעליגענטער ױנגערמאן און ער האט זיך באלד דערװארבןא םך פרײנד. ער איז אויך געװען באליבט בײ די שילער. די שול האט אבער לאנג נישט עקזיםטירט צוליבן מאנגל אין געלט.
אין יאר1916 האבן אנגעהויבן אויפלעבן די פאליטישע פארטייען. די ערשטע איז געװען דער //בונד״, װאם האט געעפנטא קולטור־קלוב. בײם קלוב איז אויך געװען טעטיק דער ױגנט־בונד ״צוקונפט״. דער ״בונד״ האט געפירטא פארצװײגטע פאליטישע און קולטור־טעטיקײט, אײנגעארדנט רעפעראטן און דיםקוםיעם מיט דער באטײליקונג פון װארשאװער רעפערענטן. די אנפירער פון ״בונד״ זענען געװען־ מאטל בראנזויל,