Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 63
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1095

ססר לוקא װ 59 און שניידערס, מייםטנ ס טאנדייטניקעס, האבן ױיערע אויסארבעטונגען פארקויפט אויף די ירידים אין די ארומיקע שטעטלעך. צװישן די ײדישע ארבעטער און בעל־מלאכס זענען אויך געװען: םטאליארעס, שמידן, בעקערם, שטריקנמאכערס און אויך א גרויסע צאל סופרים (םופרי סת״ם), שרייבער פון יידישע הייליקײטן. עם פלעגן קומען סלאנימער םוהרים, װעלכע האבן די מזוזות, תפילי ן א״א אװעקגעפירט אין די ײדישע ישובים פון רוםלאנד. אויך קי? אמעריקע פלעגט מען שיקן די אויסארבעטונגען פון די לוקאװער םופרי סת״ם. אין די יארן 7—1906 האט די שטאט עקאנאמיש אויפגעלעבט אין שײכות מיטן איבערטראגן זיך פון גאסטמאנס שוך־פאבריק פון װארשע קײן לוקאװ. די דאזיקע פאבריק האט באשעפטיקט עטליכע הונדעדט ארבעטער. עס האט זיך אויך געעפנט א צװײטע קלענערע שוך־פאבריק פון ױם ף מענדל האכמאן. מאיר ליבערמאן האט פארלײגט אן אלבום־פאבריק. די בײדע לעצטע פאבריק ן האבן אויך באשעפטיקט צענדליקער ארבעטער. דאס לעבן פון דער ײדישער באפעלקערונג איז געװארן לײכטער און אויך ביי די פוילישע שכנים איז א דאנק דעם די לאגע געװארן א בעסערע.

passage_47dda3e4146c296e0c7e6be8
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1097-2143

צו יענער צײט האט זיך אוי ך אנגעהויבן אנטװיקלע ן אין לוקאװ ד י צױניסטישע באװעגונג. פירער פון די צױניסטישע גרופע איז דאן געװען הערשל אײזנבערג, װעלכער פלעגט ארויםטרעטן מיט לעקציעס װעגן ארץ־ישראל און צױניזם. ד י דאזיקע גרופע האט אוי ך צונויפגעזאמלט ביכע ר אין יידיש, העברעיש און אנדערע שפראכן, און געעפנט א ביבילאטעק אין דעם ביכער־און צײטונגען־געװעלב פון לײב בארנשטײנס טעכטער. ד י ביבליאטעק איז נישט געװען לעגאליזירט. אין יאר 1912 האבן די ביבליאטעק־אנפירער אראפגעבראכט הלל צײטלינען אויף אן עפנטלעכן רעפעראט, און שפעטע ר — ראובן ברײנינען. די בײדע רעפעראטן האבן געעפנט דעם װעג צו א נייעם געזעלשאפטלעכן אויפשטייג. אין יאר 1914 איז פארגעקומען אין ״דאס לודאווי״ דער ערשטער עפנטלעכער קאנצערט, װאס איז באשטאנען פון רעציטאציע און געזאנג פון יידישע פאלקם־לידער. דער אװנט איז געװארן באזוכט םו ן אל ע שיכט ן יידישע באפעלקערונג. מען האט געפלאנט צו עפענען א לעגאלע ביבליאטעק, אבער די צארישע מאכט האט נישט געוואלט געבן דערויף קיין דערלויבעניש. ♦

passage_7e32d93cb52a7422cc083112
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2145-2771

מיטן אויםברוך פון דער ערשטער װעלט־מלחמה, איז דאם געזעלשאפטלעכע און עקאנאמישע לעבן אין לוקאו װ צעשטערט געװארן. די קלענערע פאבריק ן האבן זיך תיכף פאדמאכט: גאםטמאנם פאבריק האט בלויז טיילוױיז געארבעט: די סוםרים האבן בכלל נישט געהאט קי ץ ארבעט. אויך דער גאנצער מםחר האט זיך אפגעשטעלט. דער גרעםטער טייל פון דער ײדישער באפעלקערונג איז געבליבן אן פרנםה. אין יאר 1915 איז פוילן געװארן אקופירט דורך די דײטש ע און עסטרײכישע ארמײען. צו ערשט איז לוקאו געװארן פארנומען דורך די עסטרײכער. די ײדישע באפעלקערונג, װאם האט זיך באהאלטן פאר די רוםישע קאזאקן־פאגראמשטשיקעם,

passage_2a17bd909f357bdd27696cff