Original scan
Original memorial-book scan 72
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1221

68 סמרלוקאוװ הונדערט מתפללים. די שול איז געװען א צירונג פאר דער שטאט. זי איז געוואח אויםגעמאלן דורך די בעסטע מאלער אין שטאט׳ הערש ליבער און חיים מאטעס מאנדעלבוים. בײ דער שול איז אויך געװען א קלײן בית־מדרש, װו ע ם האבן געדאװנט ײח הארעפאשניקעם, װי דאראזשקאזשעם, קצבים און בעל־מלאכות. זײ האבן זיך אויך גערופן ״חבר ה מקרא׳. יעח אװנט בין מנחה למערב און שבת נאכמיטאג האט מיט זײ געלערנט חומש ר׳ אר,רו ן מקרא־רבי. אויך אין גרויסן בית־מדרש איז יעח אויפדערנאכט געזעסן א גרופע ײדן ארום א לאנג ן טיש, און מיט זײ האט געלערנט ר׳ אפרים ליכטענבערג. א װיכוח צווישן חסידים אין לוקאװ (פון אלסערס קאציזגעס אלבום) אין דער תלמוד־תורה האבן געלערנט עטליכע הונדערט ארעמע ײנגלעך, די תלמיד־תורה איז אויסגעהאלטן געווארן דורך דער קהילה. עם איז אויך געװען א נײ בית־מדרש, װאם מען האט עם גערופן חיה שרהם בית־מדרש — אויפן נאמען פון דער צדקת חיה שרה. דארט האבן געדאװנט א ם ך רײכע ײדן פון שטאט, און די האבן אויסגעהאלטן דאס בית־מדרש. די דאזיקע ײדן זענען געװען: ר׳ משה ליכטנשטי ץ (זײפנזידער), ר׳ משה בארנשטי ץ דער מילנער׳ טערקלטויב, ר׳ אליעזר װאקסמאן און אנדערע רײכע בעלי־בתים. דארט זענען אויך

passage_fa9fbda2086924e4a4e437b2