ספר לוקא װ 67 אין 1936 האט די קהילה גערופן א םפעציעלע זיצוע, כדי צו באהאנדלען די פראגע פון אויפנעמען א נייעם רב. די פארשטייער פון ״מזרחי״ און האנטװערקער האבן פארגעשלאגן אויפצונעמען אלם רב אליעזר װאקםמאנס אײדעם, ר׳ אהרן נאטע פרײבערג ע״ה, װעלכער האט געהאט םמיכה פון די גרעםטע רבנים אין פוילן. די /׳אגודה״ • ראטמענער זענען געװען קעגן, ערשטנס דערפאר, װײל זײן שװער איז נישט געװען קײן אגודהניק, און צװײטנם, האבן זיי געטענהט, אז אין לוקאװ זענען תמיד געזעסן אויפן כםא־רבנות אזעלכע װאם האבן זייער רבנות באקומען בירושה. ר׳ אהרן נאטע איז געבוירן געװארן אין פארצעװ, געלערנט בײם פארצעװער רבין ז״ל און די גאנצע צײט געבליבן א פארצעװער חסיד. דער קאמף ארום דעם ענין האט זיך געצויגן א יאר צײט. ענדלעך האט מען גערופן א פאלקס־אסיפה, אז זי זאל באשליסן װעגן דעם, װער ם׳זאל זיץ רב. די פארזאמלונג איז גערופן געװארן אױף שבת פרשת שופטים אין גרויסן בית־מדרש, אױף דער צײט פון קריאת־התורה. קהל האט אויסגעהערט די רעדעס פון ביידע צדדים און באשלאסן אויפצונעמען פאר רב ר׳ אהרן נאטע. *
לוקאװ האט אויך געהאט צוויי אייגענע חסידישע רביים — אויסער די פארשידענע שטיבלעך פון אנדערע חסידים, ווי גערער, קאצקער, ראדזינער, אלעקסאנדער א״א. אײנער פון זיי איז געװען ר׳ עקיבא מאיר, װעמען מ׳האט גערופן דער מיעכאװער רבי. ער איז געװען קליץ און אויסגעדארט, געזעסן יום ולילה און געלערנט ער האט מער געפאסט תעניתים, װי געגעסן. זיינע חסידים זענען געװען באלעבאטישע יידן און בעל־מלאכות. דער רבי האט געהאט א קליץ בית־מדרש, און דארט פלעגן קומען ווייבער אויסגיסן זייערע ביטערע הערצער און דערלאנגען ״קוויטלעך״. אין דעם רבינס בית־מדרש זענען אויך געזעסן יונגעלייטלעך און עוסק געװען אין לערנען. נאך דער פטירה פון ר׳ עקיבא מאיר, האט די רבישקייט איבערגענומען זיין אײניקל ר׳ אברהם קוטנער, װעלכער איז געגאנגען אין זײדנס דרכים.
דער צווייטער רבי אין לוקאווי איז געווען ר׳ הערשעלע מארגענשטערן, א זון פון קאצקער רבין. איידער ער איז געווארן רבי איז ר׳ הערשעלע געווען איידא נגיד. ער האט געהאט א גרויסן וויין־געשעפט און אויך א ליכט־פאבריק. נאך דער פטירה פץ ר׳ הערשעלען האבן דער רוב חסידים באשטימט פאר זיין ממלא מקום זיץ זון ר׳ מענדל. ר׳ מענדל מארגענשטערן האט נישט לאנג געוווינט אין לוקאוו. ער האט זיך איבערגעצויגן קוון וולאדאווע, וו ער איז בקרוב געווארן אויך מרא דאתרא. מען דארף, אגב, באמערקן, אז בעת די נאצים האבן אין יאר 1943 ארויסגעשיקט פץ וולאדאווע קיץ סאביבאר אויף אומקום הונדערטער יידישע קינדער, איז ר׳ מענדל מארגענשטערן אוועק צוזאמען מיט זיי און אומגעקומען מיט די קינדער פון זיץ קהילה. אין לוקאוו איז געווען א גרויסע שול, וואס האט אריינגענומען אין זיך עטליכע