Original scan
Original memorial-book scan 70
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1092

66 םסר לוקא װ לוקאװער װארט ׳ װידער אנגעהויבן דערשײנען אונטן א נייע רעדאקציע. דער הויפט־רעדאקטאר איז געװען פראפעםאר בארק, א ביאליםטאקער. ער איז געװען לערער פון רעליגיע. אין די פוילישע שולן און אויך אין גימנאזיע האט ער געלערנט רעליגיע מיט די יידישע קינדער. ער איז געװען א ן ערודיט און ארויסגעגעבן עטליכע ביכער אין דער העברעאישער שפראך. מיטארבעטער פון דער צײטונג זענען געװען: יצחק צוקערמאן, חײם מאיר הייבלום, שמעון שײנבערג, משה אליהו געװערצער, בנציון םקורקע, מאטל פעלדמאן, שלמה רובינשטיין, װאם האט זיך געחתמעט ש.ר.ן. ״דאם לוקאװער װארט״ איז דערשינען א לענגערע צײט. * די שטאט לוקאװ איז געװען א צענטער פון ײדישן רעליגיעזן לעבן און פון חםידות. אין שטאט האבן זיך געפונען שולן, בתי־מדרשױם און פארשידענע חברהם, װי: חבר ה תהילים, חברה משניות, חברה מקרא, פארשידענע בעל־מלאכה־חברהם, די חברה תפארת בחורים. עס זענען אויך געװען חםידים־שטיבלעך פון פארשידענע רבים. און נאטירלעך — חדרים, א ישיבה, א תלמוד־תורה. פון די אלע ערטער האט זיך תמיד געטראגן דער ניגון פון לימוד התורה.

passage_4d2f0396baa5c87e9771a3ee
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1094-2231

אין די לעצטע יארן פון 18טן יארהונדערט איז רב אין לוקאװ געװען ר׳ מאיר פון קראקע, א גרויסער תלמיד־חכם און א גרויסער קפדן אין ײדישקײט. ער האט נישט דערלאזט צו קיין צוזאמענשטויסן צװישן חסידים און מתנגדים. ער האט אויך געקענט דערלאנגען א פאטש דעם, װאס האט אים נישט געפאלגט. שפעטער האבן די קהילה־ פרנסים אויפגענומען אלס רב דעם װאליערא רב. דער נייער רב האט באזירט זיין טעטיקײט מיט עפענען א ישיבה אין גרויסן אלטן בית־מדרש. דארט האבן געלערנט בחורים פון נאענטע און װײטע שטעט. זיי זענען געװארן באזארגט מיט ״עסן טעג״ און מיט נאכטלעגער ביי פארשידענע בעלי־בתים. נאך עטליכע יאר איז דעם װאליערא רב געװארן שווער אדורכצוקומען מיט די פרנסים און ער האט פארלאזט לוקאװ. דאן האבן די בעלי־בתים זיך באמיט אראפצו־ ברענגען דעם בעלכאמאװער רב ר׳ שמואל שלמה בראן, װעלכער איז געװען רב די גאנצע צייט אין לוקאװ ביז זיין פטירה. ר׳ שמואל שלמה בראן איז געװען א יונגער מענטש, מיט א גוטמוטיקן שמייכל אויפן פנים און ער האט שנעל זיך דערװארבן די סימפאטיע צווישן אלע שיכטן פון דער באפעלקערונג, ער איז אויך געװען א גלענצנדער רעדנער.

passage_aa3553efd5a888460819f1c6
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2233-2774

אין יאר 1934 איז דער רב ר׳ שמואל שלמה בראן נפטר געווארן. די לעצטע 14 יאר פון זיין לעבן איז ער געווען קראנק. אין יאר 1920, ווען די האלערטשיקן זענען באפאלן אידן אין לוקאוו, איז דער רב אוועק אין דער סטאראסטווע זיך משתדל זיין פאר זײן עדה. צוריקגײענדיק האט ער באקומען פון א האלערטשיק א שטארקן קלאפ אין קאפ און דערפון איז ער געווארן פאראליזירט. נישט געקוקט דערויף האט ער װייטער געפירט דאס רבנות מיט דער הילף פון מורה־הוראה ר׳ ישראל פינקלשטײן, און שפעטער — פון דעם אײדעם פסח ראזען.

passage_869d01874ca6f8c343e973b1