Original scan
Original memorial-book scan 69
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-981

כסר לוקאו ו 65 ב. צ. סקורקע / אי. הייבלום ׳ װאלף בריקשטיץ ׳ מאטל פעלדמאן ׳ יידל בורשטין ״ גאלדע סאבעלמאן׳ חנה ליכטענבערג און רחל הארטמאן. די שול־פארוואלטונג האט אויך איינגעארדנט טאנץ״אװנטן און פארװײלונגען. פון צייט צו צייט זענען פארגעקומען אקציעס פון בלימל־אפצײכענונגען אין גאס. איין מאל האט די שול באקומען אויך א סובסידיע פון מאגיסטראט. דער ראטמאן מאנדעלבוים האט אין שטאטראט געפאדערט א סובסידיע פון 500 גילדן. בײ דער אפשטימונג איז דער פארשלאג געװארן געשטיצט פון 3 ײדישע ראטמענער: מאנדעלבוים ׳ ליכטענשטיין׳ זאקאליק און די פעפעסישע ראטמענער. די ״אגודה״ האט זיך אפגעהאלטן פון שטימען. עס איז געווארן באשלאסן צו באשטימען א סובסידיע פון ס 15 גילדן. די פאלקסשול האט עקזיסטירט 3 יאר. צוליב די שיקאנעס מצד דער פוילישער שולמאכט און אויך צוליבן מאנגל אין געלט־מיטלען ׳ האט די שול זיך געמוזט שליסן. דערמיט איז אונטערגעבראכן געװארן א װיכטיקער קולטור־צװײג אין לעבן פון ײדישן לוקאװ.

passage_9c4123a56e8cbd332f6c2293
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 983-2191

עס איז געבליבן בלויז איין װעלטלעכע ײדישע אינסטיטוציע׳ װאס האט געפירט אן אינטענסױוע טעטיקײט. • דאס איז געװען די ״ײדישע פאלקס־ביבליאטעק״. אין דער ביבליאטעק האט זיך געפונען די אריגינעלע ײדישע ליטעראטור און אויך איבערזעצונגען פון דער װעלט־ליטעראטור. די ביבליאטעק איז געװען אפן יעדן טאג. ביבליאטעקארין איז געװען שרה גאלד־שטיץ. פון צײט צו צײט האט מען אראפגעבראכט פון װארשע ײדישע רעפערענטן און טעאטערס. די ביבליאטעק האט אײנגעארדנט טאנץ־אװנטן און מאסקנבעלער׳ כדי צו שאפן פאנדן פאר דער אינסטיטוציע. א ספעציעלע קולטור־ קאמיסיע האט אדורכגעפירט ליטערארישע שמועסן און דיסקוסיעס איבער װערק. די קולטור־אימפרעזעס׳ װאס פלעגן פארקומען יעדן פרײטיק אװנט׳ זענען געװען זײער גוט באזוכט. װי געזאגט׳ איז די ביבליאטעק־פארװאלטונג באשטאנען פון מענטשן׳ װאס האבן געהערט צו פארשידענע פארטײען׳ אבער אין דער קולטור־ארבעט האט מען נישט ארײנגעפירט קײן פארטײאישקײט. דער באזוך איז געװען א פרײער. די מיטגלידער האבן געצאלט א יערלעכן אפצאל. בײ דער ביבליאטעק איז אויך געװען א לײען־זאל מיט דער ײדישער און פוילישער פרעסע און פער^אדישע אויסגאבעס. דער לײען־זאל איז געװען אפן יעח טאג פון 12 נ.מ. ביז 10 אװנט.

passage_c6db130931520a389f0ab059
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2193-2852

סעקרעטאר פון דער /׳פאלקס־ביבליאטעק״ איז געװען יעקב ליכטענשטײן. די פארװאלטונג איז באשטאנען פון פאלגנדיקע מיטגלידער: איטשע און חײם מאי הײבלום / יעקב זשיטא, ױסף פערגאמענט׳ טשארנע ליפקע׳ שמעון שײנבערג. אין דער קולטור־ קאמיסיע האבן זיך געפונען: חיי ם משה הייבלום׳ יוס ף פערגאמענט׳ שמעון שיינבערג׳ שלמה רובינשטיץ׳ משה אליהו געווערצער און משה פעלדמאן. די קולטור־קאמיסיע האט אין 1930 ארויסגעגעבן עטליכע נומער ן פון דער װאכנצײטונג ״דאס לוקאווער װארט״. ראובן פלאמאן׳ הײנט ד״ר אין ישראל׳ און דאן — נאך א סטודענט׳ האט פארעפנטלעכט אין דער צײטונג ארטיקלען אויף װיסנשאפט־טעמעס. אין יאר 1937 האט ״דאם

passage_d4b41d5ba7ca4f5d59052b8e