Original scan
Original memorial-book scan 68
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-826

4נ) סםר לוקאוי אין יאר1923 האבן די קאמוניםטן איבערגענומען דעם פראפפאראײן— אין שײכות מיט דער שפאלטונג אין ״בונד*. די רעכטע פון ׳/בונד״ האבן געעפנט אן אײגענעם צענטער א. נ. ״קולטור־ליגע״, און דארט האבן די געפירט זײער טעטיקײט. צו די שטאטראט־וואלן אין יאר1929 האט די יידישע באפעלקערונג באקומען בלויז8 מאנדאטן מחמת דעם׳ װאם צו לוקאװ זענען אנגעשלאםן געװארן פארשטעט מיטא פוילישער באפעלקערונג. מצד דער ײדישער באפעלקערונג האבן אין די װאת זיך באטײליקט פאלגנדיקע פארטײען: ״אגודה״, האנטװערקער׳ רעכטע פ.צ. פראס־ פאראײנען(לינקע)׳ ״מזרחי״, אלגעמײנע צױניםטן. די ״אגודה״ האט באקומען5 מאנדאטן, האנטװערקער—1 מאנדאט, רעכטע פ.צ.—1 מאנדאט, פראפ. פאראײנען—1 מאנדאט. די ראטמענער פון דער ״אגודד.״ זענען געװען: משד. אד׳רון װײנטרויב, ױנד. נײ,

passage_530b1de98f429037ad1a37c0
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 828-1956

משה פליכטענרײך, הער שלײזער לאנדע, מאיר לײב געלערנטער. די זעלבע ״אגודד.״־ ראטמענער זענען אויך געװען מיטגלידער אין דער ײדישער קהילד,. משה אהרן װײנטרויב איז אויסגעװיילט געװארן אלס לאװניק אין מאגיסטראט. זיץ ארט אלס ראטמאן האט פארנומען שמואל אריע. דער פארשטייעד פון די האנטװערקער אין שטאטראט איז געװען מאטעם מאנדעלבוים, פון די רעכטע פ.צ. — יעקב ליכטנשטיץ, פון די ״לינקע״ — שלמה זאקאליק. דער לעצטער איז נישט לאנג געװען ראטמאן. די פאליציי האט אים ארעםטירט, און נאכן אפזיצן א יאר אין שעדלעצער טורמע איז ער קראנק געװארן אויף טובעדקולאז. מען האט אים באפרײט, אבער ער האט געמוזט איבערפארן קיץ װארשע, ווו ער איז געשטארבן אין א קורצער צײט ארום. אין יאר 1928 האט זיך געעפנט א יידישע פאלקסשול פון ״צישא״ פון 4 קלאסן מיט 4 לערערס. געהאלפן אויסהאלטן די שול האבן די לאנדסלייט פון אמעריקע און די צענטראלע שול־ארגאניזאציע אין ווארשע. די פוילישע שול־מאכט האט געגעבן א דערלויבעניש צו עפענען די שול. די קלאס־צימערן זענען געװען גרויסע, ציכטיקע און באקװעמע. מען האט אנגענומען קינדער פון 6 יאר אן און העכער.

passage_8358a3eb7e88c4cabf1559b3
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1958-2921

די דערעפענונג פון דער שול איז געווען אן אימפאזאנטע. אלס גאםט־רעדנער פון ״צישא״ איז ארויםגעטראטן יעקב פאט. נאך מוזיקאלישן טייל איז פארגעקומען א באנקעט. דער אװנט האט אריינגעבראכט א גרויסע םומע געלד פון באשטייערונגען. די לאנדסלייט אין אמעריקע האבן געשריבן, אז זיי װעלן יעדן חודש ארײגשיקן א סומע געלד פאר דער שול. פאלגנדיקע פעחאנען זענען געזעסן אין דער פארװאלטונג: פון ״בונד״ — משה הארטמאן, בנצי װםקורקע, שלמה רובינשטײן, ירחמיא ל לאנדסבערג, אהרן ױנה װײםמאן, פעסיע שנײסער: פון דער פאלקם־פארטיי — איטשע און חײם־מאיד הײבלום, מאטעס מאנדעלבוים; פװדי לינקע פ.צ. — מאטל פעלדמאן, ײדל בורשטין; פון די רעכטע פ.צ. — משה פעלדמאן, משה בארנשטיװ; פװדי אומפארטײאישע — ױםף פערגאמענט, משד, אליהו געװערצמאן, ױסף זובראװיטש. בײ דער שול איז אויך געװען טעטיק א דראמקרית אונטער דער אגפירוגג פװ לײבל קראמאזש ע״ה. אין דראמקרית זענען געװען פאלגנדיקע מיטגלידער נל. קראמאזש,

passage_35f71ed372e743ecdd6923ba