ססר לרקאװ 63 פארגעקומען אין הויז פון רב ר׳ שלמה בראן. נאךא מײנוגגס־אויסטויש האט דער רב דערקלערט, אז די מערהײט איז פאר פארטיילן די הילף אין פראדוקטן און אויך פאר אויסװאלןא קאמיטעט. די ״אגודה״ האט פארלאזט די זיצונג און זיך נישט באטייליקט אין קאמיטעט, אין יענע שטורמישע נאװעמבער־טעג איז פארגעקומעןא געמײנזאמער מאסן״ מיטינג פון פ.פ.ס.^ ״בונד׳/ לינקע פ.צ. און קאמוניסטן. עס האבן געפלאטערט רויטע פאנען. די רעדעס זענען געװארן געהאלטן אין פויליש און אין ײדיש. דאס איז געװען אן אימפאזאנט בילד. מען האט געגלויבט׳ אז עס איז געקומען די צײט פארא נײער װעלט פון אמת און גערעכטיקײט פאר אלע מענטשן. עס איז געשאפן געװארן אן ארבעטער־ ראט מיט די פארשטײער פון אלע סאציאליסטישע פארטײעך ײדישע און פוילישע׳ מיטן פאלגנדיקן צוזאמענשטעל: פון פ.פ.ס.— דער לערער קרוטשיק און זשימקעוױטש1 פון ״בונד״— מאטל בראנזויל און מ. הובערמאן; פון די לינקע ״פועלי צױן״— רײכמאן און שרה בולקינשטײן; פון די קאמוניסטן— װאלטשיק און דוד גאטעסדינער.
די ארבעטער־ױגנט האט אין יענער צײט נישט געהאט קײן אײגענעם לאקאל (אויסערא פראפפאראיץ אין זייערא קלײנעם לאקאל). מחמת דעם האט זי זיך געזאמלט אין לאקאל פון קולטור־פאראיץ. די פארװאלטונג פון קולטור־פאראײן איז געװען קעגן ארײנפירן פאליטישע ארבעט אין לאקאל. זי האט פארארדנט^ אז קײן שום פאליטישע ארויסטריטן זאלן נישט פארקומען. דער ״בונד״ און די לינקעפ צ. האבן געמאכט באמיאונגען איבערצונעמען די אינסטיטוציע. אויף דעם באדן איז פארגעקומעןא שארפער צוזאמענשטויס צווישן זײ און דער פארוואלטונג פון קולטור־פאראיין. די פאליצײ האט אינטערווענירט׳ צעטריבן די אנוועזנדיקע און געשלאסן דעם לאקאל. אין עטלעכע וואכן ארום האט דער קולטור־פאראיין געדונגען אן אנדער לאקאל און געעפנט די אינסטיטוציע א. ג. ״יידישע פאלקס־ביבליאטעק״׳ װאס האט עקזיסטירט ביז דער היטלערישער שחיטה. ביסלעכוױיז האט דאס לעבן זיך סטאביליזירט׳ און צוזאמען דערמיט— אויך דאס יידישע לעבן. עס איז פארגעקומען אן אויפלעבונג אין דער אינדוסטרי און אין האנדל און אויך אין קולטור־געזעלשאפטלעכן לעבן. עס זענען פארגעקומען די ערשטע שטאטראט־װאלן. פון די24 מאנדאטן צום שטאטראט האבן די ײדן באקומע 10. די גרעסטע צאל שטימען׳ מיט5 מאנדאטן׳ האט באקומען דער ״בונד״.
אין יענער צײט איז פארגעקומען אן אינטערעסאנטער עפיזאד. הױת װי קײן ארבעטסלאזע האט נישט געפעלט׳ האט דער פראפפאראיץ געשאפן אן ארבעטסלאזע־ קאמיטעט׳ װאס האט ארויסגעשיקט ברױו צו די פארמעגלעכע ײדך אז זײ זאלן פרײוױליק קומען אין קאמיטעט און זיך באשטייערן אויפן ארבעטסלאזע־פאנד. די אלע׳ וואס האבן באקומען די ברױה זענען אליץ געקומען און זיך באשטײערט און אזוי ארום איז אײנגעפלאםן אן אנגעזעעגע סומע לטובת די ארבעטסלאזע.