Original scan
Original memorial-book scan 66
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1227

62 ספד לוקןןו פלאן און שמואל חײם םיראקא. צום םוף װיל איך באזונדער אונטערשטרײכן די ארבעט פון ״השומר הצעיר״, װעלכע האט גרופירט ארום זיך אין זײער לאקאל א גרעסע ת טײל פון דער ױגנט. די ארגאניזאציע האט געפירט א קולטור־דערציערישע טעטיקײט אין דער ציוניםטישער םביבה. דער ״ל״ג־בעומר״־מארש אין דער בלוי־ווייםער קליידונג האט געמאכט א שטארקן אײנדרוק. ״השומר הצעיר׳ האט אויך אײנגעארדנט דיםקוםיעם און רעפעראטן מיטן אנטײל פון װארשעװער רעדנער. די פירער פון ״השומר הצעיר* זענען געװען הערש לײב און לאה ליכטער, שמואל הובערמאן א׳א. די אנםירער פון דער קהילה זענען אמאל געװען ײדישע ״פרנםים״. זײ זענען געװען די בעלי־בתים פון יידישן לעבן אין שטאט. די האבן דעצידירט בײם אויפנעמען א רב, בײ םראגן םון רעליגיעזן חינוך און אנדערע הצתרכותן. אמאליקע דאזארעם זענען געװען מאיר לײב גאםטראזשעװיטש, ישראל ביירעכם, מענדל שײנבערג און זלמן גאלדבערג. שפעטער, װען אויך דאם ײדישע לעבן האט אנגענומען װעלטלעכע פארמען, האט אויך די ארטאדאקםיע געשאפן איר פארטײ ״אגודת ישראל״. אויך אין לוקאװ האבן די זיך ארגאניזירט. זי האבן געעפנט א שול פאר מײדלעך א. נ. ״בית יעקב״, אונטער דער לייטונג פון ר׳ מענדל פאריםאװער.

passage_3a6b2584c1ba9bed23f0799f
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1229-1791

שפעטער זענען די קהילה־ראטמענער געװען געװײלטע פון דער ײדישער באפעל־ קערונג. די דאזארעם זענען דאן געװען: מאיר לײב געלערנטער, משה פליכטענרײך, הערש ליתער לאנדא. דער םארשטײער פון די האנטװערקער איז געװען אנשל מאנשפײזער. * דעם 11טן נאװעמבער 1918 איז פוילן געוראח אומאפהענגיק. דאס לאנד איז געװען רואינירט נאך די שװערע מלחמה־יארן. אויך בײ דער לוקאװער ײדישער באפעלקערונג איז די נויט געװען א גרויסע. די לוקאװער לאנדסלײט אין אמעריקע האבן אויםגעדריקט זײער װילן צו שיקן הילף פאר די פארארעמטע לוקאװער ײדן.

passage_9560b0b385634c980f2c994f
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1793-2838

דער רב, משה עקיבא גאלדגעװיכט און מאטל בראנזװיל האבן באקומען די בריװ פון די אמעריקאנער לאנדסלײט, מיט דער ידיעה״ אז א דעלעגאט פון ״דזשוינט״ װעט ברענגען דאס געלט. ער װעט האבן אינסטרוקציעס װי און װעמען פונאנדערצוטײלן דאם געלט. די פארשטײער פון ״בונד״ האבן צונויפגערופן אין לאקאל פון דער אידישער קהילה א קאנפערענץ פון אל עידישע ריכטונגען. דער ״בונד״ האט פארגעלײגט אויםצוקלויבן א צװישנפארטײאישן קאמיטעט און די הילף זאל װערן פונאנדערגעטײלט צװישן דער ארעמער באפעלקערונג אין פראדוקטן. די ״אגודה״ איז געװען קעגן. זי האט געהאלטן אז מען װעט די הילף פונאנדערטײלן אינדיװידועל אין געלט, און נישט דורך קיץ קאמיטעט, נאר חרך דער קהילה. אלע פארטייען אויםער די ״אגודה״ א מ אלגעמײנע ציוניםטן, האבן געשטיצט דעם פארשלאג פון ״בונד״ . אין עטלעכ ע טעג ארום איז געקומען דער ״תשוינט״־פארשטײער אץ געבראכט מיט זיך 1000 דאלאר פון לוקאװ רעליף־קאמיטעט אין נױ־יארק. ער האט פארלאנגט צו שאסן א קאמיטעט, װאם װעט באקומען דאס געלט. דאם מאל איז די זיצונג

passage_802bdc8f572e614858ff48b0