Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 73
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-686

סםר לוקא װ 69 געזעסן דערװאקסעבע בחורים און געלערגט ״פאר זיך״. אגב, האט אין זעלבן בית־מדרש געלערגט אונזער לאנדסמאן. דער שרייבער מעבדל פיעקאזש, הייבט אין מדינת ישראל. * די קאלטע װיבטן, װאס האבן אנגעהויבן בלאזן פון היטלער׳*דײטשלאבד, האבן דערגרײכט פוילן. עס האט זיך אנגעהויבן די אנטיסעמיטישע ״אװשעם״־פאליטיק. דער עקאנאמישער באיקאט קעגן ײדן, דער פארבאט פון דער ײדישער שחיטה. צוזאמען מיט אלע ײדן פון פוילן, האבן אױך די לוקאװער ײדן גערופן א פראטעסט״פארזאמלונג׳ אין װעלכער עס האבן זיך באטייליקט אלע ײדישע ריכטונגען. די געשעפטן זענען געװען געשלאסן און די ארבעט אין די פאבריקען און װארשטאטן איז געװען אפגעשטעלט.

passage_9b57caa96f6df2bd9ac689a4
Passage 2normalized OCR · source chars 688-1963

די ײדן אין שטאט האבן געשטעלטא װידערשטאנד דער באיקאט״אקציע פון די פוילישע כוליגאנעס. ײדישע קצבים און ארבעטער פלעגן אװעקיאגן די באיקאט־פיקעטך װאס זענען געשטאנען נעבן די ײדישע געשלעפטן און קראמען׳ כדי נישט ארײנצולאזן אהין קיץ פוילישע קונים. אין אײנעםא דאנערשטיק׳ איןא גרויסן מארק׳טאג, האבן בײ די ײדישע קראמען זיך אװעקגעשטעלט גרויסע גרופעס כוליגאגעס. די ײדישע ארבעטער־ױגנט האט זיך געזאמלט איין משה פעסעלעס ראזורע. משה פעסעלעס איז ארויס געבןא קוק װי עס האלט. אויף זיץ סיגנאל זענען א״ויס די פעסטע ארבעטער־ ײנגלעך׳ די ברודער לופט׳ און דערלאנגט די כוליגאנעס אזעלכע קלעפ׳ אז זײ האבן זיך שוין מער גישט באװיזן. די קלײנהענדלער און בעל־מלאכות, װאס פלעגן לעבן דער עיקר פון ארומפארן אויף די מערק אין די ארומיקע שטעטלעך׳ האבן שטארק געליטן פון עקאנאמישן באיקאט און פון די אגטיסעמיטישע עקסצעסן. זײער מצב איז געװארןא קריטישער.א גרופע געזעלשאפטלעכע טוער פון שטאט האט גערופןא קאנפערענץ׳ כדי צו באטראכטן דעם ענין פון שאפןא גמילת־חסד־קאסע. אויף דער װענדונג צו די לוקאװער לאנדסלײט אין אמעריקע׳ האבן זײ תיכף געשיקט סס5 דאלאר אויפן אדרעס פון מאטל פעלדמאן. (גענױער װעגן דער ג. ח. ק. װערט געשריבן אין אן אנדער ארט אין דעם בוך).

passage_adc588bf0bb9e34ecf08e328
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1965-2256

די אנטיסעמיטישע אקציעס אין פוילן פאר דער צווייטער וועלט־מלחמה האבן צוגעגרייט דעם באדן פאר דער היטלערישער פארניכטונג פון די מיליאנען ײדן ׳ צװישן װעלכע עס זענען געװען אויך אונדזערע נאענסטע און ליבסטע — און עס איז צעשטערט געװאד די אלטע ײדישע קהילה אין לוקאװ .

passage_4628778911e90d9f6c050177