84 סםרלוקאוי םקלאדעם.8 געװעלבער פון נאפט. בוימל און אייל־אויםארבעטונגען.10 םקלאדעם פון לאנדװירטשאפטלעכע מאשינען, נײמאשינען, מעבל און בילדער.5 סקלאדעם פון בוי־ מאשינען. געװים זענען אין שטאט נאך געװען האנדלס־פונקטן, װעלכע זענען אין דער רשימד, נישט אריץ, װי למשל בײדלעך אדער האנדל אין פרױואטע שטובן. אויך די געװעלבער, װאס פלעגן םארקויפן די אײגענע אויסארבעטונגען (למשל היטלמאכערס, בעקערם, שוםטערם), געפינען זיך נישט אין דער רשימה. פון דער גרויםער צאל האנדלם־״אונטערנעמונגען״ קען מען זיך שאפן דעם אײנדרוק, אז דער גאנצער יידישער ישוב כמעט האט געלעבט פון מסחר, אבער אזו■ איז װײט־װײט נישט געװען. דאם קען מען זען אפילו פון די ציפערן װעגן מלאכה און ארבעט, װאס מיר האבן ארויםגענומען אין יענעם יאר 1930. פאלגנדיקע פאכלײט זענען דאן געװען אין לוקאװ: 150 שוםטערם,120 שנײדערס,45 קאמאשן־שטעפערם,8 רימערם,4 קושנירם, 10 היטלמאכערס,4 קאפעלוש־מאכערם און מאדיםטקעם,33 םטאלערם,12 טשעםלערס, 4 װאגן־מאכערם,2 טאקערם,4 בעדנערם,17 שלאסערם,25 שמידן,8 בלעכערס, 8 זייגערמאכערם,3 יװוילערם,2 קופערגיםער,30 בעקערם,5 צוקערבעקערס,23 בויארבעטער,2 אויװן־מאכערם,8 גלעזערם,6 מאלערס,3 טאפעצ־ירער,11 פריזירערם. 3 אײנבינדער,2 פאטאגראפן,2 היצלעם,1 קוימענקערער•
פון די אויבן אויםגערעכנטע פאכלײט זענען געװיםא75 פראצענט געװען ײדן. געװען, םארשטײט זיך, הונדערט־פראצענטיקע קריםטלעכע ״פאכן״, װי, למעיל, היצלערײ (דדנט־כאפערס), קוימענקערעם. דערצו דארף מען מםתמא צוגעבןא היפשן פראצענט פון אזעלכע, וואם האבן זיך נישט רעגיםטרירט אלם בעל־מלאכד, אדער ארבעטער, װארעם עם איז דאך געװעןא חרפה צו זית אן ארבעטער... מען דאדף נאך באמערקן, אז איז לוקאװ איז געװעןא גרויםע צאל םופרים, שרײבערם פון מזוזות, תפילין, םפרי־תורה און ענלעכע הייליקע זאכן, וועמענם אויסארבעטונגע• עם פלעגן אויך גיין קיין אויסלאנד (אגב האב איך געקענט קאמוניסטן, װאס זענען געװען דערביי באשעפטיקט).
אפילו לויט די אויבנאויפיקע נישט גענויע ציפערן, זעט מען, אז לפחות30 פראצענט פון די לוקאווער יידן זענען געווען הארעפאשניקעם און ארבעטער. בבלל איז די שטאט נישט געװען קײן גבירישע. יידן האבן בדרך־כלל שװער זיך געראנגלט פארן שטיקל פרנםה. איך געדענק, װי נאך אלם קינד האב איך געהערט אפט איבערחזרן דעם פזמון.- ״אי, װי נעמט מען פאניעם (די רוסישע) צײטן, פארא קאפיקע האט מען געקענט לעבן״. א פאקט איז, אז צװישן די יארן 1914—1930 איז די ײדישע באפעלקערונג פארקלענערט געװארן מיט30 פראצענט. מיר דערמאנט זיך, אז מען האט געד,אלטן אין איץ רעדן װעגן פארן, װעגן עמיגרירן, און מ׳האט מקנא געװען יעדן אײנעם, װעמען ס׳איז געלונגען ארויסצורײסן זיך פון לוקאװ. די עיקרדיקע עמיגראציע איז געגאנגען קיץ אמעריקע. די, װאם האבן נישט בא־ קומען קײן דערלויבענישן צו פארן קײן אמעריקע, זענען געפארן קיץ פראנקרײך,