Original scan
Original memorial-book scan 87
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1399

דאס ײדישע לוקאװ יחיאל ראזענבלו□ װען איך בין אװעקגעפארן קײן ארץ־ישראל, אין אנהײב פון די דרײםיקער יארן, האט לוקאװ געפײערט אירע ססד־יאריקע עקזיסטענץ, לוהאװ, אײנע פון די עלטםטע שטעט אין פוילן איז אנטשטאנען אומגעפער אין יאר 1230, באלד אין די ערשטע יאח האבן דארט זיך שוין געפונען אײנצלנע ײדן, און מיט עטלעכע יאר שםעטער האט דארט שוין געדארפט זײןא ײדישע קהילה. װארום װען לוקאװ איז געװארן אפגעברענט אין א קורצער צײט ארום (בײם אנפאל פון די טאטארן) איז אויך פארברענט געווארן א קלײן שולכל. מיר זענען נישט באלאנט קײן דאקומענטן פון שפעטעדדיקן ײדישן לעבן אין לוקאװ— פון 14טן ביזן 19טן יארהונדערט— אבער פון ציפערן און דאטעם׳ װאם איך האב צוזאמען מיט אסתר סרעברניק געזאמלטא מאל אלס מדריכים פון ״השומר הצעיר״, װײםן מיר, אז אין יאר 1820, װען עס איז פארגעקומעןא באפעלקערונג־ צײלונג אין לוקאװ, האבן דארט געלעבט1259 יידן לגבי (^)12 פאליאקן און עם האט שוין עקזיםטירטא גאנץ אלטער בית־עולם. אין די שפעטערדיקע סס1 יאר איז דער ײדישער ישוב נאך גרעסער געװארן. אין1910 האבן אין לוקאװ געװוינט8070 ײדן און3700 פאליאקן. אבער אין דער מלחמה־צײט האבןא סך ײדן פארלאזט לוקאװ- ארויםגעפארן אין אנדערע שטעט אדער עמיגרירט. אויך די שטערבלעכקײט איז געווען א גרויםע. אין יאר1921 האבן אין לוקאװ זיך געפונען בלויז 250<) ײדן, דאקעגן קריסטן— 6400.

passage_793fbdfbda1f2478324422d2
Passage 2normalized OCR · source chars 1401-2526

פון װאס האבן ײדן געלעבט אין לוקאװי מיט װאם האבן זײ זיך באשעפטיקטז קיין גרויםע פאבריקן זענען דארט נישט געװען; אויף רעגירונגם־פאסטנם האט מען קי? ײח נישט צוגענומען.א געװים ליכט קענען אפשר װארפן די ציפערן, װאם מיר האבן ארויםגענומען פון מאגיסטראט, הגם זײ זענען שײך אי,'(! שטאט־אײנװוינער. אבער דער גרעסטער טײל פון מםחר האט זיך דאך זיכער געפונען אין ײדישע הענט. (די רשימח איז פון יאר 1930). אלזא, אין שטאט האבן זיך דאן געפונען:41 פאבריקלעך און װארשטאטן (דערין אויך די מיל און דער טארטאק),6 האטעלן און מעבלירטע צימער צו פארדינגען.43 רעםטאראציעס, שענקען און טיי־הייזער,137 שפייזקראמען,31 יאטקעם,19 םאדעװאםער־ געוועלבלער און פרוכטגעשעפטן׳38 ווורשט און חזיר־געשעפטן,36 מילכװארג און אײער־געשעפטן,4 םקלאדעס פון האלץ און קוילן,19 טאבאק־געװעלבער-6 גאלאנטעריע־ געשעפטן,53 געשעפטן פון שוכווארג, לעדער און שיך־צודאטן.21 מאנופאקטור־געשעםטן. 25 שניידער־געװעלבער,9 קראמען פון כלים און גלאזווארג•13 געוועלבער פון אייזנווארג און שטאל־חפצים׳8 געשעפטן פון ביכער און שרייב־מאטעריאלן,6 אםטייקן און אפטייק־

passage_65577f22281232d17e419ec0