86 ססרלוקאוו שיך (װער וױיסט װיפל קישקע־געלט דאס האט געקאסט). זײ פלעגן ארומשפאצירן מיט שטעקעלעך אין די הענט און שײלן קערלעך און די מײדלעך זענען געװארן די כפרה פאר די ״װארשאװיאקעס״׳ װאס האבן שויך גערעדט װארשעװעריש, מיטא /׳יאך״. זײ האבן גערימט די טעאטערס מיט די קינאס׳ די רעסטאראנען׳ וװ זײ עסן. זײ האבן נישט געקענט דערצײלן דעם אמת; אז שלאפן שלאפט מען איןא בעטל פאר צװײ פערזאן און עס גײען אדורך טעג װען מען עסט נישט קײן מיטאג. נישט געקוקט אויף אט דער שװערער מאטעריעלער לאגע׳ איז די ױגנט נישט ארײנגעפאלן אין יאוש. זי האט געפירטא ברײטע פאליטישע און קולטור־געזעלשאפט־ לעכע ארבעט. באזונדער מלא וגדוש מיט טעטיקײט איז געװען דער פרײטיק צו נאכטס. אין דער ביבליאטעק פלעגט תמיד פארקומעןא רעפעראט אויףא װיסנשאפטלעכער אדער ליטערארישער טעמע. אין פראפפאראײן פלעגט מען דיסקוטירן װעגן רוסלאנד׳ װעגן דער ארבעטער־באװעגונג. אין דער צױניסטישער ארגאניזאציע זענען פארגעקומען רעפעראטן װעגן צױניזם און ארץ־ישראל. אין ״השומר הצעיר״ פלעגט מען זיצן ביז שפעט בײ נאכט. די עלטערע האבן צוגעגרײט ארבעט פאר די ײנגערע. טײל מאל פלעגט מען ארויס אויףא נאכט־שפאציר אין שכנותדיקער שטאט— קײן ראדזין אדער קײן שעדלעץ. אין ״החלוץ״ האט מען
Original scanEvidence located
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1276
passage_32d51475cdd72f5338b13b94
Passage 2normalized OCR · source chars 1278-1360
בײם מזרחײטוער פישל זאלצמאן מסיבה צום אפפאר פוןא ױגנם־גרופע קײן ארץ־ישראל
passage_69b4509a498233d5ff2d87ff