Original scan
Original memorial-book scan 91
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1110

ספרלוקאוו 87 אפט אײנגעארדנט ״טיײאװנטן״. די הכנסה איז געגאנגען אויף ד׳כשרה אדער אויף עליה פאר עמעצן׳ װאס האט אין דעם זיך געגײטיקט.א מאל פלעגטא גדוד פון ״השומר הצעיר״ ארויס אויףא גאנצער נאכט אין װאלד. מ׳האט דארט אױפגעשטעלט א שטיקל געצעלט פון קאלדרעס. דער מנהל האט דערצײלט װעגן לעבן אין קיבוץ אדער װעגן דער מסירת־נפש פון השומר. די העלדן, װאס האבן אפגעגעבן זײערע לעבנס בײם היטן דעם ישוב. דאן האט די חברה געזונגען ארץ־ישראלדיקע לידער, טרויעריקע און בענקענדיקעי אן אנדער צױניסטישע ױגנט־ארגאניזאציע פלעגט זיך צונויפקומען אין ״ביתר״. דארט האט יצחק לוסט גערעדט מיט פײער: ״ארץ־ישראל דארף מען אײננעמען מיט כוח, מיט דם— מיט בלוט״י דאס ײנגװארג הערט זיך אײן מיטא פארכאפטן אטעם. די אויגן גלאנצן און מען קוקט אויף זשאבאטינסקיס בילד׳ װי מען װאלט געזוכט בײ אים הילף. אויףא צװײט ארט איז פארזאמלט דער ״השומר הדתי״. דארט זיצן די מײדלעךא ביסל אפגערוקט פון די ײנגלעך. דארט רעדט מעןא ביסל רויקער— װעגן אײננעמען ארץ־ישראל מיט תורה און עבודה. דער רעדנער איז מעגדל לוסט.

passage_4f8832e8e03b4d39d665015f
Passage 2normalized OCR · source chars 1112-2228

די קאמוגיסטישע ױגנט (כמעט דורכויסא ײדישע) פלעגט זיך צונויפקומען געד׳ײם׳ זומער— אין װאלד׳ און װינטער— איןא פריװאטער שטוב. די בחורים און מיידלעך זענען געװען גרײט זיך מקריב צו זײן. גײן אין טורמע ארײן׳ אבי װאס שנעלער צו ברענגען די רעװאלוציע׳ און מיט דעם— די לײזונג פון דער ײדישער פראגע. אבער אױף צו מארגנס׳ שבת אין דער פרי, װען די עלטערן פלעגן גײן דאױענען אין די שולן און שטיבלעך זענעןא סך פון די ױגנטלעכע מיטגעגאנגען מיט די טאטעס׳ און צװישן זיי זענען געװען אפילו בחורים קאמוניסטן. זײ האבן דאס געטאן אויס מורא—א ביסל פארן טאטן אוןא ביסל פאר גאט... נאכן טשאלנט, װען די טאטעס האבן געכאפטא דרעמל, איז ױנגװארג װידער געװארן אקטױו. זײ זענען אװעק אין די פארשידענע ארגאניזאציעס. פארלעך זענען אװעק שפאצירן אין דארפישן סאד. מען איז אויך געגאנגען זען שפילןא פוטבאל־מעטש. שבת איז געװען דער אקטױוער טאג נישט בלויז פאר דער ױגנט׳ נאר אסט אויך סאר די עלטערע׳ פאר די חשובע בעלי־בתים. פארשטײט זיך אז אט די אקטױוקײט םלעגט זיך אויםלאדן אין די שולן׳ בתי־מדרשים און שטיבלעך.

passage_df89c2345c6d420f60c91bff
Passage 3normalized OCR · source chars 2230-2717

באזונדערם ״לעבעדיק״ איז געװען פאר װאלן צום סיים׳ צום שטאטראט און צו דער קהילד״ אדער ביים קלייבןא נײעם רב. לוקאוו איז געװען אן אגודד׳שע פעסטונג. בײ די וואלן צום שטאטראט אין יאר1928 האט די או,ודד׳׳ צוזאמען מיט די ארטאדאקסן׳ באקומען איבער60 פראצענט פון אלע ײדישע שטימעס. אגב׳ זענען בעת יענע װאלן געווען11 ײדישע ליםטעם— לגבי צווײ בײ די פאליאקן. דערפון קען מען לערנען װעגן די //מיינונגס־פארשידנקײטן״ בײ די ײדן אין לוקאװ...

passage_0d3fd40d3648e19c8a8f2916