Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 91
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1110

ספר לוקאו ו 87 אפט אײנגעארדנט ״טיײאװנטן״. די הכנסה איז געגאנגען אויף ד׳כשרה אדער אויף עליה פאר עמעצן וואס האט אים דעם זיך געגײטיקט. א מאל פלעגט א גדוד פון ״השומר הצעיר״ ארויס אויף א גאנצער נאכט אין װאלד. מ׳הא ט דארט אױפגעשטעלט א שטיקל געצעלט פון קאלדרעס. דער מנהל האט דערצײלט װעגן לעבן אין קיבוץ אדער װעגן דער מסירת־נפש פון השומר. די העלדן, װאס האבן אפגעגעב ן זײערע לעבנס בײם היטן דעם ישוב. דאן האט די חברה געזונגען ארץ־ישראלדיקע לידער, טרויעריקע און בענקענדיקע י אן אנדער צױניסטישע ױגנט־ארגאניזאציע פלעגט זיך צונויפקומען אין ״ביתר״. דארט האט יצחק לוסט גערעדט מיט פײער: ״ארץ־ישראל דארף מען אײננעמען מיט כוח, מיט דם — מיט בלוט״ י דאס ײנגווארג הערט זיך אײן מיט א פארכאפט ן אטעם. די אויגן גלאנצן און מען קוקט אויף זשאבאטינסקיס בילד, װי מען װאלט געזוכט בײ אים הילף. אויף א צװײטן ארט איז פארזאמלט דער ״השומר הדתי״. דארט זיצן די מײדלעך א ביסל אפגערוקט פון די ײנגלעך. דארט רעדט מען א ביסל רויקער — װעגן אײננעמען ארץ־ישראל מיט תורה און עבודה. דער רעדנער איז מעגדל לוסט.

passage_4f8832e8e03b4d39d665015f
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1112-2228

די קאמוגיסטישע ױגנט (כמעט דורכױס א ײדישע) פלעגט זיך צונויפקומען געד׳ײם׳ זומער — אין װאלד׳ און װינטער — אין א פריװאטער שטוב. די בחורים און מיידלעך זענען געװען גרײט זיך מקריב צו זײן. גײן אין טורמע ארײן׳ אבי װאס שנעלער צו ברענגען די רעװאלוציע׳ און מיט דעם — די לײזונג פון דער ײדישער פראגע. אבער אױף צו מארגנס׳ שבת אין דער פרי, װען די עלטערן פלעגן גײן דאױענען אין די שולן און שטיבלעך זענען אסך פון די ױגנטלעכע מיטגעגאנגן מיט די טאטעס׳ און צװישן זי ײ זענען געװען אפילו בחורים קאמוניסטן. זײ האבן דאס געטאן אויס מורא — א ביסל פארן טאטען און א ביסל פאר גאט.. . נאכן טשאלנט, װען די טאטעס האבן געכאפט א דרעמל, איז ױנגװארג װידער געװארן אקטױו. זײ זענען אװעק אין די פארשידענע ארגאניזאציעס. פארלעך זענען אװעק שפאצירן אין דארפישן סאד. מען איז אויך געגאנגן זען שפילן א פוטבאל־מעטש. שבת איז געװען דער אקטױוער טאג נישט בלויז פאר דער ױגנט׳ נאר אסאך אויך פאר די עלטערע׳ פאר די חשובע בעלי־בתים. פארשטײט זיך אז אט די אקטױוקײטם פלעגט זיך אויסלאדן אין די שולן׳ בתי־מדרשים און שטיבלעך.

passage_df89c2345c6d420f60c91bff
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2230-2717

באזונדערם ״לעבעדיק״ איז געװען פאר װאלן צום סיים׳ צום שטאטראט און צו דער קהילד״ אדער בײם קלײבן א נײעם רב. לוקאו איז געװען אן אגודד׳שע פעסטונג. בײ די װאלן צום שטאטראט אין יאר 1928 האט די או,ודד׳׳ צוזאמען מיט די ארטאדאקסן׳ באקומען איבער 60 פראצענט פון אלע ײדישע שטימעס. אגב׳ זענען בעת יענע װאלן געווען 11 ײדישע ליםטעם — לגבי צװײ בײ די פאליאקן. דערפון קען מען לערנען װעגן די //מיינונגס־פארשידנקײטן״ בײ די ײדן אין לוקאװ...

passage_0d3fd40d3648e19c8a8f2916