Original scan
Original memorial-book scan 96
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1298

אליעזר ליכטנשטײן, תל־אביב אין דער לוקאװער ישיבה און בײם מיעכאװער רבין װי באװאוסט, האט די לוקאװער ישיבה זיך געפונען אין חוק־בית־מדרש. די ישיבה איז אויסגעהאלטן געװארן דורך דער ײדישער קהילה און אויך דורך די פאו־מעגלעכעס עלטעח פון א רײ תלמידים. די נישט פארמעגלעכע ײנגלעך האבן געלערנט אומזיסט. עס זענען געװען אויך תלמידים פון דער סביבה. די ארעמערע פון זײ זענען געװארן באזארגט מיט ״עסן טעג״ בײ לוקאװער בעלי־בתים. אין מײן צײט איז ראש־ישיבה געװען ר׳ געצל מאנישם מיט דער ברײטער בארד און געדיכטע ברעמען, װאם האבן אנגעװארפן א ן אימה אויף אלע ישיבה־בחורים. אײנער פון די מלמדים, ר׳ לייביש, איז געװען זײער א שטרענגער. אויב א תלמיד האט זיך מיט עפעס פארזינדיקט, געקומען צו שפעט, אדער גאר געשפילט אין פוטבאל, װאם דאם איז געװען אײנער פון די גרעסטע חטאים — האט ער נישט ארײנגעלאזט אין ישיבה אן א צעטל פון ר׳ געצלען. די שרעק בײם גײן צו ר׳ געצלען איז געװען זײער גרויס. װען מ׳איז ארײנגעקומען צו אים, איז ער געשטאנען און געקנעט צוקערלעך. דאם איז געװען זײן פרנסה. ער האט א פרעג געטאן מיט א בײזער שטימע: ״װאם האסטו שוין דארט אנגעבראיעט״ י פו אנהײב איז דאם לשון געװארן אפגענומען, און אז מ׳האט שוין דערצײלט דעם חטא, האט מען באקומען דעם אמתן יאג.

passage_c02a29bcad14e92da3c35cfc
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1300-2243

איצט מא ל אין א ל״ג־בעומר האבן די תלמידים פון ״מזרחי״ אװעקמא־שירט אין רײען, אונטער א בלוי־װײםער פאן, אין װאלד קיץ זאפאװיעדניק. מיר האבן זי שטארק מקנא געװען און אויך געװאלט גיין אין װאלד ארײן. מען האט דאס אונדז נישט דער־ לויבט. אנשטאט דעם האט מען געמאכט אן אסיפה. ר׳ יונה נוי און משה אהרן ליסיבי־ קער האבן גערעדט מעניני דױמא. דערנאך האט מען יעדן תלמיד ארויפגערופן אויפן באלעמער און געגעבן אים א פאמעראנץ. מיט דעם האט די פײערונג זיך געענדיקט. אין די העכערע כיתות האבן מיר געלערנט בײ ר׳ בן־צױן און בײ ר׳ װעלװל. אין די זומערדיקע שבתים פלעגט מען אונדז שיקן צו בעלי־בתים, װאם זענען געװען לומדים, אז זײ זאלן אונדז ״פארהערן״ דאס, װאם מיר האבן געלערגט אין דער פארגאנגענער װאך. עס זענען געװען שווערע ״פארהערערם״, װאם האבן געפרעגט הארבע קשױת, און לײכטע ״פארהערערם״. איינער פון די שווערע פארהערערם איז געװען ר׳ אהרן אלעזר 92

passage_ef00ba8b8a137a7f9b068fe9