Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 96
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1298

אליעזר ליכטנשטײן, תל־אביב אין דער לוקאװער ישיבה און בײם מיעכאװער רבין װי באוװםט, האט די לוקאװער ישיבה זיך געפונען אין חוק־בית־מדרש. די ישיבה איז אויםגעהאלטן געװארן דורך דער ײדישער קהילה און אויך דורך די פאו־מעגלעכע עלטעח פוןא ריי תלמידים. די נישט פארמעגלעכע ײנגלעך האבן געלערנט אומזיםט. עם זענען געװען אויך תלמידים פון דער םביבה. די ארעמערע פון זײ זענען געװארן באזארגט מיט ״עםן טעג״ בײ לוקאװער בעלי־בתים. אין מײן צײט איז ראש־ישיבה געװען ר׳ געצל מאנישם מיט דע־ ברײטער בארד און געדיכטע ברעמען, װאם האבן אנגעװארפן אן אימה אויף אלע ישיבה־בחורים. אײנער פון די מלמדים, ר׳ לייביש, איז געװען זײערא שטרענגער. אויבא תלמיד האט זיך מיט עפעם פארזינדיקט, געקומען צו שפעט, אדער גאר געשפילט אין פוטבאל, װאם דאם איז געװען אײנער פון די גרעםטע חטאים— האט ער נישט ארײנגעלאזט אין ישיבה אןא צעטל פון ר׳ געצלען. די שרעק בײם גײן צו ר׳ געצלען איז געװען זײער גרוים. װען מ׳איז ארײנגעקומען צו אים, איז ער געשטאנען און געקנעטן צוקערלעך. דאם איז געװען זײן פרנםה. ער האט א פרעג געטאן מיטא בײזער שטימע: ״װאם האםטו שוין דארט אנגעבראיעט״י פוי אנהײב איז דאם לשון געװארן אפגענומען, און אז מ׳האט שוין דערצײלט דעם חטא, האט מען באקומען דעם אמתן יאג.

passage_c02a29bcad14e92da3c35cfc
Passage 2normalized OCR · source chars 1300-2243

איץ מאל איןא ל״ג־בעומר האבן די תלמידים פון ״מזרחי״ אװעקמא־שירט אין רײען, אונטערא בלוי־װייםער פאן, אין װאלד קיץ זאפאװיעדניק. מיר האבן זיי שטארק מקנא געװען און אויך געװאלט גײן אין װאלד ארײן. מען האט דאם אונדז נישט דער־ לויבט. אנשטאט דעם האט מען געמאכט אן אםיפה. ר׳ יונה נוי און משה אהרון ליםיבי־ קער האבן גערעדט מעניני דױמא. דערנאך האט מען יעדן תלמיד ארויפגערופן אויפן באלעמער און געגעבן איםא פאמעראנץ. מיט דעם האט די פײערונג זיך געענדיקט. אין די העכערע כיתות האבן מיר געלערנט בײ ר׳ בן־צױן און בײ ר׳ װעלװל. אין די זומערדיקע שבתים פלעגט מען אונדז שיקן צו בעלי־בתים, װאם זענען געװען לומדים, אז זײ זאלן אונדז ״פארהערן״ דאם, װאם מיר האבן געלערגט אין דער פארגאנגענער װאך. עם זענען געװען שװערע ״פארהערערם״, װאם האבן געפרעגט הארבע קשױת, און לײכטע ״פארהערערם״. אײנער פון די שװערע פארהערערם איז געװען ר׳ אהרון אלעזר 92

passage_ef00ba8b8a137a7f9b068fe9