Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 97
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-877

ססר לוקא װ 93 פון ראדזיגער שטיבל. א לייכטער ״פאיזזערער״ איז געױען ר׳ ישראל ברוך פון פארצע■ װער שטיבל. נאכן ענדיקן די העכסטע כיתה ביי ר׳ װעלװל זענען די תלמידים זיך צעגאנגען לערנען אין פארשידענע שטיבלעך און אין בית־מדרש. איך בין אריק לערנען אין בית׳• מדרש פון מיעכאװער רבין ר׳ אברהם קיטנער ז״ל. די נײע תלמידים פלעגט מען פונאנ־ דערטיילן צו די עלטערע בחורים אין בית־מדרש, אז זיי זאלן מיט די נײע לערנען יעדן טאג א שיעור. אין א צייט ארום האט מען אנגעהויבן לערנען זעלבשטענדיק. איך װעל דא דערמאנען די נעמען פון עטליכע בחורים, װאס האבן געלערנט מיט אונז: הערשל, משהלע דעם גלעזערס/שלמה, שלום קצבס, משה לײבמאן, יוסף מיאקעס. דער לעצטער איז געװען א מקורב פון רבין. יעדן פארטאג איז ער געגאנגען מיט אים אין מקוה ארײן. ער האט אויך געפירט די רשימה פון װאכן־געלט פארן רבין.

passage_aa510deb486feb5ea185b7b3
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 879-1954

בײם מיעכאװער רבי ן אי ן בית־מדרש הא ט מע ן געקענ ט טרעפ ן ײד ן פו ן פארשידענ ע מדרגות. דאר ט זענע ן ארײנגעקומע ן אזעלכ ע פשוט ע ײד ך װ י שבת י טרעגע ר אדע ר ארי ה קצב. דע ר לעצטע ר הא ט געהא ט א טבע . א ז ע ר פלעג ט שװער ן אוי ף אז א אופן : ״דע. - רבונו־של־עולם זא ל אזו י האב ן א גו ט יאר״ . צו ם מיעכאװע ר רבי ן זענע ן אוי ך ארײנגע ־ קומען סוחריש ע ייד ן או ן ײד ן לומדים ׳ װי , למשל , ר ׳ ױא ל זישע , װא ס הא ט געהאנדל ט מיט אל ט אײזן . װע ן דע ר רב י פלעג ט שב ת פראװע ן טיש , הא ט ר ׳ ױא ל זישע ׳ מי ט דע ר לאנגער או ן ברייטע ר געלע ר בארד , זי ך געשאקל ט מי ט פארמאכט ע אויג ן או ן פארזונקע ן אין טיפ ע מחשבות . נעב ן דע ם טי ש זענע ן געשטאנע ן ד י בחורי ם או ן געכאפ ט דע ם רבינס שירײם . ז ײ פלעג ן צװיש ן זי ך אויסטײטש ן ד י כװנו ת פונע ם רבינ ס תורות . אין ד י װינטער־אוונט ן פלעג ט דע ר רב י אלײ ן אפ ט געב ן א יסיעו ר פא ר ד י בחורים . אין ד י זומער־שבתי ם הא ט ע ר פא ר ד י חסידי ם געלערנ ט דיני ם או ן דערנא ך דע י צײל ט פון ״או ר צדיקים ״ ד י שרעקלעכ ע מעשױ ת פו ן גיהנום . די יום־טובי ם הא ט מע ן בײ ם רבי ן געפראװע ט מי ט גרוי ס פאראד , או ן באזוגדער ס —

passage_be3bc166363a9b08e69332ca
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1956-2981

דעם יום־טוב פסח. א גאנץ יאר האט מען געזאמלט געל ט אויפן סדר, ווייל ביים טישן זענען אנוועזנדיק געווען א 40 — 50 בחורים. מיר זענען געגאנגען מיטן רבי׳ן נאך מים שלנו אויף צו באקן די שמורה־און ערב־פסח״מצות. דער סדר גופא פלעגט װעז אפגעריכט מיט גרויס פייערלעכקייט • די טישן זענען געווען שיין געדעקט מיט גרויסע כוסות װיין, וועלכן מ׳האט געקויפט ביי מענדל פאריסאווער. צו עסן איז געווען פון כל טוב. ביי יעדן מאמר פון דער הגדה האט דער רבי געזאגט תורה. אזוי ארום האט דער סדר געדויערט ביז פארטאג, און ערשט דאן האט מען אנגעהויבן טאנצן ביזן גרויסן טאג. צו די שבחים פון מיעכאווער רבי׳ך וואס איך דערצייל דא בלויז א גאר קליינעם טייל פון זיי, דארף מען נאך צוגעבן, אז ער איז געווען זייער א קלוגער מענטש און ער פלעגט אויסגלייכן פארשידענע סכסוכים אין שטאט. וועגן דעם אומקום פון מיעכאװער רבי׳ן ז״ל ווערט אין דעם ספר לוקאוו געישריבן אויף אן אנדער ארט. אין דער צייט פון גרויסן חורבן בין איך נײסט געווען אין לוקאוו.

passage_cfd2006ad02c66f84a2f6d8c