Place
Karalivke
קאראליווקע
Place of origin associated with Lyebele Brandes.
Page scan 108HIGH confidence
Learn more about this
A memorial book holds what one community could gather about itself. The assistant reads this record's own source passages and the people and places connected to it, then searches trusted archives — Yad Vashem, USHMM, Arolsen, JewishGen, Virtual Shtetl, YIVO — and shows what it found, with its sources.
Source passages
Each passage remains attached to its exact scan and opens in the standalone evidence reader.
Primary source passage
OCR · respaced for reading · scan 108
צומארגנס אינדערפרי ארום 6, איז צו מיר געקומען לייבעלע בראנדעס פון קאראליווקע, א פאר־ארבעטער, א זייער לייטישער יונגערמאן. דערשראקענער, האט ער מיר איבערגעגעבן, אז דער רוצח מינקוס ימ״ש, איז ביים אפעל ארומגעלאפן א בייזער און איצט איז ער,לייבעלע געשיקט געווארן מיך גלייך מיטצוברענגען אין לאגער. ער האט אזוי פאר זיך א זאג געטאן: "אפשר האב איך זיך נישט געטראפן אין דער היים". דאס איז געווען אן אנצוהערעניש, אז אפשר דארף איך אנטלויפן. איך בין אבער מיט א קלאפנדיק הארץ מיטגעגאנגען, זייענדיק זיכער, אז עפעס א פרישע צרה רוקט זיך אן. קומענדיק אין לאגער און צוגייענדיק נאענט צו מינקוסן, האב איך גלייך באמערקט, אז ער ברענט מיט רציחה. דערזעענדיק מיך האט ער א רעווע געטאן: "מארגוליעס". ווען דער לעצטער האט זיך געשטעלט פאר אים, האט דער רשע ווידער ארויסגעלאזט א באפעל: "צייג אים!" מארגוליעס איז אוועק און געבראכט עפעס א זאק און אים אויסגעליידיקט ביי מיינע פיס. איך האב דערזען א מענטשנס קאפ, א פריש אפגעשניטענעם פון א קערפער. דאן האט ער א געשריי געטאן צו מיר: "הויב אויף דעם קאפ פון דער ערד, באט ...Connected nodes