Person
Yudel Vaks
יודל וואקס
A severely weakened prisoner seen working on the road to the camp.
Page scan 105HIGH confidence
Learn more with AI
Read more about Yudel Vaks than the memorial book alone records. The assistant works from this record's own source passages and searches trusted archives — Yad Vashem, USHMM, YIVO, Virtual Shtetl, JewishGen and Wikipedia — and shows you what it found, with its sources.
Beyond the book
A memorial book holds what its community could gather. Search the outside archives — Yad Vashem, USHMM, Arolsen, JewishGen and others — for what they add.
Source passages
Each passage remains attached to its exact scan and opens in the standalone evidence reader.
Primary source passage
OCR · respaced for reading · scan 105
... און שפייז. דאס לעצטע איז אין יענער צייט געווען כמעט
אוממעגלעך צו באקומען. טראץ דעם, איז געלונגען צונויפצושטעלן פיר גרויסע
פורן מיט פעקלעך און מיט דעם טראנספארט בין איך דאס ערשטע מאל
מיטגעפארן קיין בארקי־וויעלקיע. מיין אויפגאבע איז געווען נישט בלויז צו
באגלייטן די פעקלעך און צוריקקומען, נאר בלייבן דארט און זען, וואס עס קען
געטאן ווערן אויפ׳ן פלאץ, געבן יעדע מעגלעכע הילף, באזונדערס פאר די עלטערע
און קראנקע, ווייל עס איז געווען קלאר, אז זיי וועלן צוזאמענברעכן די ערשטע.
קומענדיק אהין שבת נאכמיטאג (ערשט א וואך זינט דער כאפעניש אין
בארשטשעוו), האב איך דערזען אונדזערע מענטשן ארבעטנדיק אויף דעם שאסיי
וואס פירט אין לאגער אריין. זיי זענען געשטאנען כמעט ביז די קני אין בלאטע.
דעם ערשטן האב איך דערזען יודל וואקס, א האלב טויטן. אז איך האב אים
געפרעגט, צי ער וויל עפעס האט ער אויפגעהויבן די אויסגעלאשענע אויגן, עפעס
געמאכט מיט די ליפן־וואס האב איך נישט פארשטאנען־און ווען איך האב אים
געגעבן א שטיקל ברויט, האט ער דאס א כאפ געטאן און געשלונגען, נישט
רעכענענדיק זיך, אז דער פאר־ארבעטער קען דאס באמערקן. איך אליין בין
פארשטיינעריט געווארן קוקנדיק אויף זייער מצב, אפגעבנדיק זיך א חשבון, אז מיר
אין דער היים, לעבן דאך אין א "גן־עדן" און מיר שאצן דאס נישט אפ. מיט
אזעלכע געדאנקען בין איך צוגעפארן צום לאגער, כדי דארט צו ווארטן ביז די
מענטשן וועלן צוריקגעבראכט ווערן פון דער ארבעט און איך וועל קענען
פארטיילן די פעקלעך. אזוי שטייענדיק ביי דעם טויער און באקוקנדיק דעם עמק
הבכא האב איך דערזען עוזיאל שטאק ארבעטנדיק ביים פלאסטער־
הויף. דא מוז איך זיך ווידער אפשטעלן אויף עוזיאל׳ן: א טאטע, וועמענס זון איז
געווען דער ערשטער לאגער־קרבן, און איצט האט דער אכזריותדיקער גורל איםConnected nodes