Event · trial
Engel trial
פראצעס פון ענגעל
A trial at which the accused was reportedly acquitted after admitting a shooting.
Page scan 173HIGH confidence
Learn more with AI
Read more about Engel trial than the memorial book alone records. The assistant works from this record's own source passages and searches trusted archives — Yad Vashem, USHMM, YIVO, Virtual Shtetl, JewishGen and Wikipedia — and shows you what it found, with its sources.
Beyond the book
A memorial book holds what its community could gather. Search the outside archives — Yad Vashem, USHMM, Arolsen, JewishGen and others — for what they add.
Source passages
Each passage remains attached to its exact scan and opens in the standalone evidence reader.
Primary source passage
OCR · respaced for reading · scan 173
זיצנדיקער אויף דער עדותבאנק האב איך איינגעזען ווי שווער ס׳איז צו
זיין אַן עדות דרייסיק יאר שפעטער. אחוץ די פיזישע און גייסטיגע יסורים פונ׳ם
יידישן עדות וואס ווערט געצוואונגען דורכצוגיין און איבערצולעבן אויפ׳ן יד
פיין פון חורבן, ווערט ער פארווארפן מיט פראגן פון אלע זייטן ביז די נערוון
האלטן נישט אויס. און ווען דעם פיפיק אדוואקאט געלונגען אריינצוטרייבן דעם
עדות אין א קלעם, ווערט ער צעווייטאגט און פארשעמט און מחמת דעם ווערט
דער אנגעקלאגטער באפרייט, ווייל די עדות האבן נישט איבערצייגט דאם געריכט.
דאס האט אויך פאסירט ביי דעם פראצעס פון ענגעל. דער באשולדיקטער איז
באפרייט געווארן, אפילו ווען ער האט זיך מודה געווען אין דערשיסן הנא
שווארצבאך. איך גלויב, אז דאס איז אונזער אייגענע שולד. יעדער גערופענער
יידישער עדות, וואס טרעט אויף, פאר דער באשולדיקונג, דארף פארלאנגען און
מוז באקומען אַן אדוואקאט, וואס זאל אויך דעם עדות אנווייזן אויף זיינע רעכט
און אים באשיצן ווען נויטיג, א רעכט וואס יעדער באשולדיקטער האט און נוצט
אויס. ס׳איז דעריבער קיין וואונדער נישט, למאי אסך יידישע עדות, וואס זענען
לכתחילה גרייט געווען אפצוגעבן צייגנשאפט קעגן נאצי־פארברעכער, ווען זיי
דארפן קומען צום פראצעס, ציען זיי זיך צוריק, מורא האבנדיק פאר אזא
דערפארונג. יידישע ארגאניזאציעס, וואס זענען זיך מתעסק דערמיט, דארפן
באטראכטן די פראגע און באצייטנס באזארגן יידישע עדות מיט יורידישער הילף.Connected nodes
Extracted claims
Every claim remains attached to its own quoted evidence.