Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 113
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1142

מאקס מערמעלשטיין (שלמה וויידענפעלד׳ס זון) זכרונות פון וואלד . . . גאט האט דיר מיט מילדער האנט געשענקט א צווילינג: א שחיטה מיט א פרילינג; דער גארטן האט געבליט, די זון געלויכטן ־ און דער שוחט האט געשוחט׳ן . . . — ח.נ. ביאליק, ׳שחיטה שטאט׳ ^זוי ליגט מיר איינגעקריצט אין זכרון דער פרילינג פון 1943. ווען איך בין דעם צווייטן טאג פסח אינדערפרי, נאך דער ׳אקציע/ ארויסגעקראכן פון דעם פינצטערן און פייכטן בונקער אין בארשטשעווער געטא, האט א ליכטיקע זון פארבלענדעט מיר די אויגן. ווען כ׳בין צוגעגאנגען צום פענסטער, פארזיכטיק פארבויגן דעם פארהאנג און ארויסגעקוקט אין גאס, האב איך דערזען א גרויסן "סקארבאווע" וואגן געשלעפט פון צוויי פערד. אויפן וואגן זענען געלעגן אנגעווארפן, איינער אויפן צווייטן, טויטע קערפערם מיט פארגליווערטע הענט און פיס, וואס האבן ארויסגעשטעקט פון אלע זייטן, פארבלוטיקטע אברים און קליידער, מוראדיק פארקרימטע פנימער מיט אויסגעגלאצטע, אויסגעלאשענע אויגן. די פערד האבן לאנגזאם געצויגן די שוידערלעכע משא און דער וואגן האט איבערגעלאזט הינטער זיך אויפן באדן א שמאלע, רויטע סטעזשקע בלוט.

passage_9aa96c26324a0dfeea77e830
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1144-2178

די גאסן פון בארשטשעווער געטא זענען כמעט געווען ליידיק. נאד פון צייט צו צייט האבן זיך באוויזן גרופעס גויים מיט צעשטראלטע פנימער, וואס האבן געשלעפט פעק מיט געראבעוועטן יידישן האב און גוטס. מיט א פארקלעמט הארץ האב איך ארויסגעקוקט דורך אן אויסגעהאקטע שויב און א מילד ווינטל האט צוגעטראגן צו מיד דעם פרישן ריח פון פרילינג און פון אויפוואכנדיקער נאטור. אזוי האט אויסגעזען דער אנהויב פון סוף אין בארשטשעווער געטא. כ׳האב נאד נישט געקענט פארשטיין, פארוואס דער הימל איז געווען אזוי בלוי און פארוואס די זון האט געשיינט אזוי ליכטיק און פארוואס א מבול פון פייער און פינצטערניש האט נישט באדעקט אט די מיאוס׳ע, עקלדיקע וועלט. נאך דער פסח־אקציע אין בארשטשעווער געטא זענען צערונען געווארן.אלע אונזערע האפענונגען און אילוזיעס wegen א מעגלעכער אויסלייזונג דורך די זיגרייכע רויטע ארמייען. נישט געקוקט אויף דער גרויזאמער דייטשער מפלה הינטער סטאלינגראד, ווי דער פראנט נאך געווען זייער ווייט פון אונז און דער 93

passage_8b44bdccec7a98110190af2f