און מינוטן שפעטער, ווען איך האב אדסגעדרייט מיין קאפס צוריק, האב איך נאך אלץ געזען מיין פאטער ווי ער באגלייט מיך פונדערווייטנס מיט זיין טרויערדיקן בליק. מער האב איך אים שוין נישט געזען. צומארגנס, ווען דער סקאלער פויער, וועמען איך האב געשיקט ארויסצושמוגלע מיין פאטער פון געטא, איז אנגעקומען קיין בארשטשעוו, איז ראם געטא שוין געווען ארומגערינגלט פון דייטשע און אוקראינישע רוצחים און די אזוי גערופענע "שבועות אקציע" איז שוין געווען אין פולן גאנג. דאס איז געווען צוויי טעג אין חודש סיון תש״ג. פון יענעם טאג און אין משך פון א גאנצער וואך זענען אויפ׳ן בארשטשעווער בית עולם אויפגעזאמלט און דערשאסן געווארן הונדערטער און טויזנטער יידן פון סקאלע, בארשטשעוו, מילניצע, אזיעראן, קאראליווקע און פון ארומיקע דערפער. די "אקציע" האט אנגעהאלטן איבער א וואך צייט מיט קורצע הפסקות פון עטליכע שעה יעדן טאג. בעת איינער פון די הפסקות האב איך צוזאמען מיט מיין קוזין, נחמיה שטאק (וואס איז דאמאלט אויך אנטלאפן פון בארשטשעוו קיין סקאלע צוזאמען מיט זיין שוועסטער מלכה) זיך צוריק אריינגעשמוגלט אין בארשטשעווער געטא. מיר האבן זיך עפעס נישט געקענט גלויבן, אז אונדזערע באליבטע עלטערן און שוועסטער (מיין פאטער ר׳ שלמה וויידענפעלד, זיין מוטער איטע שטאק און צוויי שוועסטער שרה און רישע) וועמען מיר האבן ערשט מיט עטליכע טעג צוריק איבערגעלאזט אין געטא, זענען שוין מער נישטא. דער ליידיקער און אפענער בונקער, אין וועלכן זיי האבן זיך געפרואווט אויסבאהאלטן פאר די גרויזאמע מערדער, די אויסגערויבטע שטיבער, באדעקט מיט עיפוש און פעדערן פון בעטגעוואנט, האבן באשטעטיקט אונדזער גרויס אומגליק. צעבראכענע און רעזיגנירטע פון לעבן זענען מיר ביידע צוריקגעפארן קיין סקאלע און נאר דורך א נס האט מען אונז דעמאלט
אונטערוועגנס נישט געכאפט און דערשאסן. א צייט לאנג האבן מיר זיך שפעטער ארומגעוואלגער ט אין סקאלע, נאקעטע, הונגעריקע און דערשלאגענע, זוכנדיק א דאך איבערן קאפ און א פלאץ צו באהאלטן זיך אין די ליידיקע שטיבער און פוסטע בוידעמער און קעלערס פון אונדזערע אמאליקע היימען. געטראפן האבן מיר אבער דארט נאר געציילטע אנדערע אבלים ווי מיר. דער הונגער און פחד האבן אונז געטריבן פון חורבה צו חורבה און פון בוידעם צו בוידעם. אויף דעם זעלבן חארטן און קאלטן באד וואו מיר האבן איבערגענעכטיקט, חאב ן מיר מורא געהאט צו בלייבן בייטאג, און צו דעם זעלבן היימישן פויער, וואס האט אונז איין נאכט געשענקט א ביסן ברויט, זענען מיר שוין די צווייטע נאכט מער נישט געגאנגען, טאמע ר וועט א שכן, אדער אפילו ער אליין, אונטערשיקן אויף אונז די מערדער. ממש הפקר זענען געווען אונדזערע לעבנס, אז נישט איינמאל פלעגן מיר זיצן אין אונדזערע באהעלטענישן און אין הארצן מקנא זיין די היימישע שטוב־חיות, די הינט, די קעץ און די פועל, וואס פלעגן זיך, אומפארפאלגטע, ארומדרייען אין דער ליכטיקער שיין פון טאג. דער בלוט־דורשטיקער שונא האט אבער נישט גערוט. וויבאלד ער האט זיך דערוואוסט, אז לעבנגעבליבענע יידן באהאלטן זיך אויס אויף בוידעמער און אין קעלערס, האט ער זיך באלד גענומען אונז נאכיאגן, נאכשפירן און 95