דיפויערישע הינט אונד זדערשפירט און אנגעהויבן בילן ארויף אונד זפון אלע זייטן. ליכטער האבן זיך גענומען באווייזן אין די פענסטער און טירן פון פויערישע הייזער און פארשלאפענע, בייזע קולות פון פויערים האבן זיך דערהערט אין דער פינצטערניש. א קאלטער שווייס האט מיך באגאסן. א פארסאפעטער, פון הונגער און צרות אפגעשוואכטער, האב איך געפילט, ווי מיינע גלידער ווערן פארשטארצט און ווי מיינע כוחות פארלאזן מיך. כ׳בין געבליבן שטעקן אין מיטן בארג און נישט געקאנ ט זיך רירן.
פלוצלונג האב איך דערהערט ווי עמיצער רופט מיך מיט א פארשטיקטער שטים און האב דערפילט אויף מיינע אקסלען די אויסגעשטרעקטע האנט פון נחמיה שטאק. ער האט מיך ארויפגעשלעפט בארג־ארויף, מיך א באפ געטאן אונטער דער האנט און גענומען לויפן מיט מיר אוועק פון די בילנדיקע הינטן און די פויערישע הייזער. וואס מער מיר האבן זיך דערווייטער ט פון דאנען און געשפאנט דורך די אפענע פעלדער, אלץ שארפער און גרעסער זענען אויסגעוואקסן פאר אונדזערע אויגן די שווארצע קאנטורן פון וואלד. ביינאכט, פון דערווייטנס, האט דער וואלד אויסגעזען ווי א גרויזאמע, פרע־היסטארישע חיה, וואס ווארפט אן אנגסט אויף יעדן, וואס דערנענטערט זיך צו איר. אבער דער פחד וואס האט אונדז געטריבן צום וואלד איז געווען פיל גרעסער און ממשות׳דיקער פון די שאטנדיקע זעאונגען. ווי גיך מיר האבן געשטעלט דעם ערשטן טראט אין וואלד און זיך צוגעוואוינט צו דער אינעווייניקסטער פינצטערניש, זענען מיר, אויסגעמאטערטע פון געיעג און פון שרעק, אוועקגעפאלן אויפן הארטן, פייכטן באדן און צוגעטוליעט איינער צום אנדערן, זענען מיר צווישן בוימער און קוסטעס אנדרימלט געווארן.
עס האט געדויערט עטליכע וואכן ביז מיר האבן זיך באקענט מיט דער וואלד־ווירקלעכקייט און זיך צוגעוואוינט צו אונדזערע נייע צרות. די טיפע נשמה־וואונדן און שוידערלעכע איבערלעבונגען, וואס מיר האבן מיטגעבראכט מיט זיך פון די בארשטשאווער געטא־הריגות און די סקאלער גאסן־ עקזעקוציעס, זענען נאך געווען אזוי פריש, אז די ערשטע וואכן זענען מיר גאנצע טעג געליגן ווי פאראליזירטע אין די געדיכטענישן פון וואלד און זיך קוים געטרויעט צו רירן. יעדער שארך פון ביימער, יעדער בלאז פון ווינט, יעדער פלאטער פון א פויגל האט ביי אונדז צוריקגעהאלטן דעם אטעם און אנגעשטרענגט די אויגן און אויערן ווי ביי פארפאלגטע חיות. דער הונגער און דארשט פון איין זייט, און די קאלטע, רעגנדיקע נעכט פון דער אנדערער זייט, האבן אונדז אבער ארויסגעטריבן, אין די נעכט, פון וואלד צו זוכן אביסל שוץ פאר די נאסע, פארגליווערטע אברים און צו געפינען עפעס אויף איינצושטילן דעם שרעקלעכן הונגער און דארשט. אין די פינצטערע נעכט פלעגן זיך די שטארקערע און מוטיקערע צווישן אונדז ארויסלאזן צום ראנד פון וואלד און פון דארט צו א היימישן פויער אויף די "מאזורן"(דערפער פון פוילישע קאלאניסטן וואס האבן זיך באזעצט אין גאליציע נאך דער ערשטער וועלט־מלחמה) אדער אפילו אויף דער "אלטער שטאט" ביי וועמען מען האט געקויפט אדער אויסגעבעטן א שטיקל ברויט, א טאפ געקאכטע פאסאליעס, אדער א בינטל קוקורודזע־מעל. ביינאכט
97