Original scan
Original memorial-book scan 13
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1130

אריינפיר־ווארט ן ער געדאנק צו פאראייביקן דעם אנדענק פון סקאלער יידישן ישוב אץ צו דערציילן די קומענדיקע דורות וועגן זיינ פראכטפולן אמאל און טראגישן. אונטערגאנג, איז שוין אויפגעקומען אין די 950־ער יארן, נאכדעם ווי די עטליכע צענדליק לעבן־געבליבענע סקאלער יידן, האבן זיך דערשלאגן צו א מקום־מנוחה, ווער אין מדינת ישראל און ווער אין אמעריקע. אבער ערשט דעם 19טן נאוועמבער 960ו, ביי דער יערלעכער יזכור־פארזאמלונג נאך די סקאלער קדועזים אין ניו־יארק, איז פארמע ל אנגענומען געוואוץ א באשלוס צוצוגרייטן און ארויסצוגעבן א סקאלער יזכור־בוך. כמעט אין דער זעלבער צייט האט דער "ארגון יוצאי סקאלה" אין ישראל אנגענומען אן ענלעכן באשלוס. א ישראל־ אמעריקאנער "יזכור־בוך קאמיטעט" איז געגרינדעט געווארן און א קול־קורא איז ארויסגעלאזט געווארן צו אלע אונזערע בני־עיר צו באטייליקן זיך אין דער אונטערנעמונג דורך אפגעבן עדות־שאפטן, דורך שרייבן זכרונות און דורך זאמלעען בילדער און דאקומענטן, ווי אויך די נויטיקע מאטעריעלע מיטלען פאר דעם צוועק. לאנג און שווער זיינען געווען די חבלי־לידה פון דעם "ספר סקאלה".

passage_4c8ccd096db2bf3f95cd1dc0
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1132-2068

לכתחילה האבן מיר געמיינט אז די הויפט־שוועריקייטן ביים ארויסגעבן דעם "ספר סקאלה" וועלן זיין מאטעריעלע. באלד האבן מיר אבער איינגעזען, אז די גרעסטע שוועריקייט איז דער מאנגעל אין היסטארישע מאטעריאלן און מקורות פאר דער צוגרייטונג פון אזא בוך. ס׳איז אונז אויך קלאר געווארן, אז כמעט דער איינציקער מקור פאר דער כראניק פון דער יידישער קהילה אין סקאלע, איז דער וואס לעבט נאך אין אונזער זכרון — אין זכרון פון דעם קליינעם הייפעלע פון לעבן־ געבליבענע סקאלער יידן אין אמעריקע און אין ישראל. דער באוואוסטזיין, אז מיר, די לעבן־געבליבענע, זענען די איינציקע אץ די לעצטע טרעגער פץ דער 600־יעריקער געשיכטע פץ אומגעבראכט־ סקאלער יידישן ישוב, האט נאך מער געשטארקט אין אונז דעם באשלוס, אז די גייסטיקע ירושה פץ דער יידישער סקאלה, איר אמאליקער לעבנס־שטייגער, אירע געזעלשאפטלעכע, קולטורעלע אץ צדקה־אינסטיטוציעס, אירע פערזענלעכקייטן

passage_8b14c9cc976279c2ffd0b011