צופעליקן אנטדעק ט אונדזערע פארלאזענע בונקערס און האבן זיי אויפגעריסן מיט האנט־גראנאטן. מיר זענען אבער אין די בונקערס מער נישט געווען און זענען אזוי ארויס ניצול געווארן דורך דער השגחה פון א זיכערן טויט.
אין די אלטע בונקערס נעבן די "מאזורן", אין וועלכע מיר האבן זיך צייטווייליק באהאלטן נאכן אנטלויפן פון די סאסנעס, האבן מיר אבער לאנג נישט געקענט בלייבן. ערשטנס, ווייל זיי זענען געווען קליין און טיילווייז איינגעפאלן. צווייטנס, ווייל זיי זענען געווען צו נאענט צו די "מאזורן" און האבן זיך געפונען צווישן שיטערע הראבינע בוימער, נאקעטע אין ווינטער: און דריטנס, האבן מיר פארדעכטיקט, אז די בונקערס זענען שוין דורך עמיצן אנטדעקט געווארן. מיר האבן דעריבער באשלאסן נאר צייטווייליק צו פארבלייבן אין די בונקערס און זוכן אינצווישן א פאסיקן פלאץ אויף צו בויען נייע. די דאזיקע אויפגאבע האבן גענומען אויף זיך חיים גאטעספעלד, פיני פרענקעל, יוסף בלוטשטיין און יבדל ו לחיים נחמיה שטאק און די ברידער שטאכל־שמואל און מוניע. נאך שעה׳ן וואנדערן אין וואלד אין די נעכט, האבן זיי געפונען א פאסיקן פלאץ טיף אין וואלד און האבן זיך אינמיטן ווינטער גענומען בויען נייע בונקערס. באקאנטע פויערים פון די "מאזורן" האבן אונדז אויסגעבארגט העק, biges און ריסקאלעס און אזוי אין משך פון א וואך צייט האבן די אויבן־דערמאנטע מענער מיט איבערמענטשלעכע כוחות דערגרייכט דאס אוממעגלעכע. אין די פינצטערע נעכט אין וואלד, אין גרויסע פרעסת און שניי־שטורעמס, אן א ביסל ווארעמס, פארשמאכט און פארפרוירענע, האבן זיי געהאקט די ביימער, געגראבן די פארפרויערנע ערד און ממש מיט די לעצטע כוחות אויפגעבויט נייע אונטערערדישע באהעלטענישן. ס׳איז אוממעגלעך זיך איצט פארצושטעלן און צו שילדערן די איבערמענטשלעכע אנשטרענגונגען און דעם אויסדויער פון אונדזערע בונקער־בויער יענעם ווינטער אין וואלד. ווען זיי פלעגן אין די גרויע ווינטערדיקע פרימאגנס צוריקקומען פון א גאנצער נאכט ארבעט מיט פראסט־באדעקטע ,
שטייפע אברים און זענען פארשמאַכט ע אוועקגעפאלן פון מידקייט, האב איך ביי זיך אין הארץ געגלויבט, אז נאר גאט אליין האט זיי געגעבן דעם כח און אויסדויער. אנהויב יאנואר 1944 האבן מיר זיך אריינגעצויגן אין די נייע בונקערס און פון אט די בונקערס זענען מיר דריטהאלבן חדשים שפעטער, סוף מערץ 1944, ארויס אויס אויף דער פרייהייט. אט די לעצטע דריטהאלבן חדשים אין וואלד האבן זיך געצויגן ווי אן אייביקייט און זענען געווען די שווערסטע און שפאנענדיקסטע. דער הונגער איז געווען גרויס, אבער מחמת די שנייען און אויך מורא־האבנדיק צו לאזן שפורן איבערן וואלד, זענען מיר אלץ זעלטער געגאנגען צו ראדטשוקן נאך ברויט. גלייכצייטיק האבן מיר אבער געגארט נאך ברעקלעך נייעס, פונקט ווי מיר האבן געשמאקט נאך ברויט. יעדעס מאל וואס אונדזערע מענטשן פון די "ברויט־עקספעדיציעס" זענען צוריקגעקומען פון ראדטשוקן האבן זיי אונדז אין יענער צייט געבראכט גוטע נייעס וועגן דייטשע מפולות און רוסישע נצחונות, וואס האבן אנגעפילט אונדזערע הערצער מיט פרישע האפנונגען. אבער ביז צו דער לעצטער מינוט זענען אט די האפנונגען יעדעס מאל 110