זייער קורץ. אויפן צווייטן טאג דערקענט זי אונחנישט און איז ארויף ס׳ניי ברוגז און קריגט זיך ווייטער. דער עיקר האט זי א סאטיספאקציע ווען מיר האבן נישט וואס צו עסן, דעמאלט ווערט זי ברוגז און גייט אוועק אויף רעגן גאנצן טאג, בכדי מיר זאלן ליידן הונגער. אבער ווען זי זעט, אז מיר האבן וואס צו עסן, ברענגט זי אויך אריין עפעס צו עסן. אזוי איז זי שזין, זי פארשאפט אונז גרויס עגמת־נפש און זי קירצט אונז אפ די יארן. אבער אונזער אנשפאר איז איר מאן. ער ברענגט אונדז, בגנבה פאר איר, וואס ער קאן.
אונדזער וואוינונג באשטייט פון א פינצטער קעמערל. עס איז בלויז דא א קליין פענצטערל, דורך וועלכן עס דרינגט קוים אריין דאס טאג־ליכט. מיר האבן א שמאל בעטל, וואס איז צוזאמענגעקלאפט פון א פאר ברעטלעך און א קעסטל, וואס דינט אלס טיש און א קליין קיבל אויף וועלכן איך קאך. יעדן טאג האבן מיר א שווער קאמף, מיר מוזן זיך היטן מען זאל אונדז נישט דערהערן. קיץ קול טאר מען נישט ארויסלאזן, ווען עס איז עמעצער דא ביי אונדזערע בעלי־ בתים. מען טאר זיך נישט רירן, אפט זיצן מיר פארגליווער ט גאנצע שעה׳ן, ביז מיר הערן, אז די געסט זענען שוץ אוועקגעגאנגען, ווייל עס דראעט אונדז די גרעסטע געפאר. דער בעסטער שכן ווען ער דערהערט אז יידן זענען דא, גייט ער גלייך מסרן צו די דייטשן און זיי שיקן גלייך אפ צו דער געסטאפא. ביי אונדז אין דארף זענען פאראן דייטשן, "גרענעץ־שוץ". זיי היטן די אמאליקע פויליש־סאוויעטישע גרענעץ. פארביי אונדזער הייזל גייט כמעט יעדע צוויי שעה א וואך און ווען איך דערזע זיי, פילט זיך מיין הארץ אן מיט שרעק, אפשר האט מען מיך דערזען און מען גייט נאך אונדז. אזוי ציען זיך קורצע, אבער אומענדלעך לאנגע, ווינטער־טעג, מרה־
שחורהדיקע, פינצטערע אן א שטראל פון האפענונג. דאס איינציקע פץ וואס איך טרוים איז, מיין מאן זאל שוץ צו מיר קומען אץ זאל מיר ברענגען עפעס נייעס פון דער וועלט. ער קומט רעגולער יעדע וואך און וויילט ביי מיר צוויי טעג, ער ברענגט אונדז פראוויאנט, ביכלעך און צייטונגען. די צוויי טעג בין איך נישט אזוי טרויעריק. איך ווייס, אז יעדעס מאל ווען ער גייט אוועק איז עס א ריזיקאלישע אונטערנעמונג און ער קען זייער לייכט פארלירן דאס לעבן, מיר האבן אבער קיץ אויסוועג, ווייל צוזאמען מיט מיר האט פאר אים נישט קיץ זינען צו זיצן, ווייל עס זענען נאך פאראן אביסל באהאלטענע יידן. און נישט קומען צו מיר, מיינט אז איך ווי אויך מיין קינד, לאזן הונגערן. וויפל מאל מיין מאן קומט איז די באלעבאסטע זייער אומצופרידן, ביז ענדלעך זי פארווערט אים זיך צו באווייזן. מיר בעטן זי, דערביי גייט עס אויס צו נייע פרעזענטן און מיר גייען ארויס ווי "זיגערס". אזוי גייען אוועק צוויי מאנאטן, ביז, ענדלעך, קומען אן בשורות אז די דוסן האבן דורכגעבראכן דעם פראנט און זיי דערנענטערן זיך צו אונדז. 5.3.1943 איך בין גליקלעך, אבער איך גלויב נישט אז עס זאל פאקטיש מיט אונדז געשען א נס. איך דערלויב מיר קוים דערפון צו טראכטן. מיין באלעבאסטע 113