Original scan
Original memorial-book scan 136
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-443

אי זא קינ דפו ן דע ר נייע ר ציי ט או ן ע ר אי ז מע ר ערדיש . ע ר ווי ל זיי ן דווק א בי י דע ם ערדיש ן משפט , ע ר אי ז געבוירן , ווי ל ע ר לעב ן או ן ניש ט שטארבן . אפש ר אי ז ד י שול ד דווק א פו ן ד י עלטערן , ווא ס האב ן ד י קינדע ר דערצדג ן אי ן א ן אנדער ן גייס ט או ן ניש ט דערצויג ן זיי , א ז זי י דארפ ן זיי ן מארטירער , וויי ל ווע ר הא ט זי ך ע ס געגלויבט , א ז ס׳ווע ט קומע ן א ציי ט פ ץ פינצטערקיי ט או ן בעסטיאליטעט . 943 ו. 5.6 ו

passage_2af2137240c791cb46507d0b
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 445-2378

מיר האבן ווייטער דורכגעשטופט א חודש לעבן און ווער וויל דעם מער? עם איז דאך גאר א לאנגע צייט אין לעבן. א גאנצן חודש אומגעשטערט שלאפן און שטופן די צייט, אבער עס איז געשען אנדערש. דווקא איצט, ווען עם האט זיך געהאנדלט אין טעג, ווען עס האט גענצלך געדארפט נעמען א סוף צו אלע יידן, איז געשען א ן אומדערווארטער פאר מיר טראגישער פארפאל. א שכן האט געזען מיין מאן אריינגיין צו אונדז, האט ער פארגעווארפן אונדזער בעל הבית, אז ער באהאלט ביי זיך יידן און איז געגאנגען מעלדן די דייטשן. עס איז שוין פאר נאכט, דאס קינד שלאפט שוין, איך וועק אים אויף און, פול מיט פחד, דערצייל איך דעם קינד, וואס עס איז געשען. מיין מאן איז אין סקאלה און איך האב מורא דא לענגער צו בלייבן, ווייל עס איז א זיכערער טויט. דער פויער איז זייער צעטומלט, ער פירט אונדז ארויס צו א ן אפענער סטאדאלע, וואס געהערט נישט צו אים און פון דארט ן באשליסן מיר ביי נאכט צו גיין קיין סקאלה. אבער נישט אזוי לייכט קען מען זיך דורכרייסן ביי נאכט מיט א קליין קינד פופצן קילאמעטער. מיר דארפן דורכפאסירן צוויי דערפער ביז מיר וועלן קומען צום ציל. דער וועג איז זייער א געפערלעכער, מען היט אלע וועגן, ווייל עס זענען טעטיק רוסישע דעסאנטן, אזוי לכל הפחות זאגט מען. מען היט אויך די וועגן, ווייל די מיליץ ווייסט, אז יידן שלעפן זיך ארום ביי נאכט. איך האב אבער קיין ברירה נישט און מיר פארלאזן דאס דארף. עס איז זייער א שיינע ליכטיקע זומערנאכט. איך מיט דעם קינד ביי דער האנט, מיט א קליין פעקעלע אין דער צווייטער האנט גייען אהיים, אבער ווי אויסטערליש זעט אויס אונדזער אהיימגיין, נישט אזוי האב איך מיר עס פארגעשטעלט. נאך אזא לאנגער צייט פון ליידן און דערנידערונגען האב איך עס מיר אנדערש געמאלן, איך האב שוין אזוי געבענקט און געהאפט אויף דעם טאג אין וועלכן איך וועל קענען באטרעטן גאטס וועלט, אבער אלס א פרייער

passage_cdf38436af5511215c3ec0cf
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2379-3132

מענטש און נישט אלס פארברעכער, וואס מוז מיט הארץ־קלאפן גיין אויף נאך נישט באטראטענע וועגן, כדי עס זאל מיך קיץ שונא נישט באגעגענען. מיר גייען מיטן פעלד, מיין פויער פארויס און מיר נאך אים. אלע מאל שטעלן מיר זיך אפ, מיין באגלייטער לייגט צו דעם אויער צו דער ערד, הערט זיך איין און איבערצייגנדיק זיך, אז עס איז שטיל גייען מיר ווייטער. אזוי שלעפן מיר זיך כמעט די גאנצע נאכט ביז ענדלעך זענען מיר שוין אויף אונדזערע היימישע און באקאנטע וועגן. אבער פון דער ווייטנס דערזעען מיר צוויי סילועטן, מיר ציען זיך צוריק, באהאלטן זיך אין קארן, די צוויי סילועטן דערנענטערן זיך. מיר הערן דייטש רעדן. דאס זענען צוויי וואך־לייט, וואס גייען צו דער גרענעץ. 6 ווו

passage_585fb211f8824333fa36a3c7