Original scan
Original memorial-book scan 138
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-562

פאראן אומצאליקע הרוגים, וואס זענען געטויט געווארן אדער פון דער מיליץ אדער פון די פויערים, וואס האבן זיי אויפן וועג באגעגנט. 943 ו. 18.6 צו מארגנס דאס זעלבע, די נייע בעלי־בתים מיינע דערקלערן קאטעגאריש איך זאל גלייך פארלאזן זייער בוידעם. צום גליק לאזט זיך אראפ א שטארקער רעגן, וואס גיסט אן אויפהער א גאנצן טאג. דער דאך איז צעבראכן און דער רעגן וואשט אונז אומברחמנותדיק. מיר איז שוין אבער אלץ איינס, זאל רעגענען, זאל מבולען, זאל שוין נעמען א סוף צו דעם שרעקלעכן מאטערנדיקן לעבן.

passage_4498e3a6a42bd6d0fdf2219d
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 564-1632

מיין בעל הבית רוען אבער נישט. זעענדיק, אז עס קומט נישט קיין סוף צום רעגן, פאלט די פויערטע אויף אן המצאה, זי קומט נאך אמאל און זאגט אז די געסטאפא איז שוין דא און זי וויל אונז אריבערפירן אויף א פוסטן פרעמדן באדעם, וואס געפינט זיך נישט ווייט פון איר. מיין קינד דערהערנדיק, אז די געסטאפא איז שוין דא, ווערט שטארק בלאס און ציטערנדיק קלאמערט ער זיך ארום מיין האלדז מיטיינע קליינע הענטלעך און זאגט: "מאמע, זאג, עס געדויערט נישט לאנג ביז מען שטארבט? זאג רעם אמת, מאמע, עם טוט זייער וויי?" איך ענטפער נישט, ער פארשטייט מיך, נעמט מיך ארום, קושט מיך און לייגט זיין קעפעלע אויף מיין שויס: "מאמע, איך וויל שלאפן, זאלסט מיך נישט אויפוועקן, זאל געשען וואס עס וויל". אין א קורצער רגע, זייענדיק גענצליך דערשעט פון שרעק, ווערט ער אנטשלאפן. ביי דער באלעבאסטע בעט איך זיך אפ ביז ביי נאכט, ביז מיין מאן וועט קומען. איך לייג אוועק רעם קינד אויף דעם שטרוי און אליין בלייב איך זיצן גענצליך פארגליווער ט און פארצווייפלט.

passage_9e15dafb080d8647c8062169
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1634-2999

ווער דיסט צימיי ן מאן וועט צו מיר צוריקקומען. ווער קען רען וויס ן צי ער איז איבערהויפט נאך פאראן צווישן די לעבעדיקע? אפשר איז געשען מיט אים דאס, וואס מיט טויזנטער זיינע שוועסטער און ברידער? און איך זע מיך גענצליך אומבאהאלפן. איך זע, אז דאס מזל האט זיך פון מיר אפגעקער ט און עפע ס פארפאלגט מיך. איך זיץ און הער מיך צו, איך הער טריט, אבער די טריט גייען פאריבער און איך בלייב ווייטער ביי מיינע יאושדיקע געדאנקען. ענדליך דערהער איך באקאנטע טריט, וואס זענען מיר אזוי טייער און נאענט. איך הער, עס עפנט זיך דאס טירל פון דער קאמער, איצט ווייס איך אויף זיכער, אז איך בין געראטעוועט. דאס איז מיין מאן, ער עפנט דאס טירל, וואס פירט צו מיר אויף רע ם בוידעמל. דאס קינד, ווי אינסטינקטיוו, וועקט זיך אויף, דערזעט זיין פאטער, ווארפט זיך אויף אים אויפן האלדז און וויינענדיק זאגט ער: "פארוואס ווילסטו, טאטע, אונז נישט ראטעווען און פיר ן צו א פויער אין דארף?"גלייך ווי זיין לעבן וואלט געליגן אין דער האנט פון מיין מאן. און מיין מאן וויינט זיך פונאנדער און טרייסט אים. אגב, וויל איך באמערקן אז ביי די שרעקלעכסטע אומשטענדן פארלירט זיך מיין מאן נישט און אויב ער איז אליין פארצווייפלט זאגט ער עס קיין מאל נישט, נאר אדרבה, דריקט אויס זיין האפענונג, אז עס וועט אונז געלונגען 118

passage_fe83513473ccee1651522ed0