Original scan
Original memorial-book scan 160
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1448

געהאט עפעס צו זאגן, האב איך באמערקט אז ער טראגט מאיר זוסיעס הויזן! זיינע ערשטע ווערטער צו מיר זענען געווען: (ער האט מיך געקענט) "איך האב ריין פעטער נישט געהרגעט". אן איבעריקע רייד איז דער גוי געטריבן געווארן דורכן וואלד קיין סקאלע. איך ווייס ביז היינט נישט וויאזוי מיר זענען דורך דעם וואלד אדורכגעגאנגען אומגעשטערט. ביי די ערשטע עטליכע נאכט־פארהערן האט דער רוצח אלץ געלייקנט. ער איז אבער בעסער געווארן און האט נישט בלויז צוגעגעבן רעם מארד איבער מאיר זוסיען, נאר ווייטער מודה געווען, אז רעם אומגליקליכן שבת האט ער געכאפט און גע׳הרגעט 18 יידן. ער האט נעמליך געטשאטעוועט אויף יידן וואס זענען אנטלאפן פון דער בארשטשעווער שחיטה. ער האט זיי געבראכט אין וואלד אריין, בארויבט און דערמארדעט. ער האט געזאגט, אז מאיר זוסיען האט ער גע׳הרגעט צוזאמען מיט א קליין מיידעלע. ראם איז ביז היינט געבליבן א רעטעניש, ווייל ער, מאיר זוסיע, האט נישט געהאט קיץ קינדער. זיכער געווען עמיצנס א קינד, א יידיש קינד... ווער ווייסט וועמענס? איך האב געווארט אויף א גינסטיגער געלעגנהייט, כדי רעם גוי, רוצח, מיטצונעמען אין וואלד אריץ, ער זאל אנווייזן דאס ארט וואו ער האט די יידן באגראבן. דאס איז אבער נישט געלונגען. נאך 20 טעג זיצן אין תפיסה איז דער מערדער גע׳פגר׳ט, מיטנעמענדיק רעם בלוטיקן סוד מיט זיך. דעריבער איז שוין אוממעגלעך געווארן צו ברענגען די הרוגים צו קבר ישראל.

passage_01c769ecf8119ec94aeafe25
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1450-3039

עס זענען אויך געווען אנדערע פאלן: עס איז געקומען א סאוויעטישער אפיציר אויסצופארשן די בעסטיאלישע מערדערייען בשעת דער דייטשער אקופאציע. אזוי ווי ער האט נישט געפונען קיץ יידן, האט דער אוקראינישער גלח דערעווענקא, אים אפגע׳פטר׳ט מיטן סקארבאווע תירוץ און שקר, אז בשעת דער אקופאציע זענען אומגעקומען 2,000 סאוויעטישע בירגער, כלל נישט דערמאנענדיק אז די אומגעקומענע זענען אלע געווען יידן. אז איך האב זיך צופעליק באגעגנט מיט יענעם סאוויעטישן אפיציר אץ רעסטאראן, האב איך געהערט וועגן דעם געמיינעם פארברעכן און די שקרים פון גלח. האב איך דעם אפיציר דערציילט דעם אמת. ווען דער גלח, דערעווענקא, איז איבערגעפרעגט געווארן וועגן דעם, האט ער געדרייט מיט דער צונג און מיך געבעטן איך זאל אים נישט שטעלן אין א "פארלעגנהייט". ווען דאס האט זיך אים נישט איינגעגעבן, איז ער, דערעווענקא, מיט דער שטילער הסכמה פץ די לאקאלע מושלים ארויסגעקומען מיט א נייע מעשה: וויסנדיק, אז די יידישע מעטריקעס זענען פארניכטעט געווארן, און אז אזוי וועט אוממעגלעך זיין עפעס צו באווייזן, האט ער פארלאנגט פארצולייגן די מעטריקעס אדער לכל הפחות א רשימה, וואס וועט באווייזן וויפיל יידן סקאלה האט געהאט, זייענדיק זיכער אז עס וועט קיינעם נישט מעגלעך זיין דאס צוצושטעלן און זיינע טענות וועלן נישט צוריקגעוויזן ווערן. צו זיין איבעראשונג האב איך פונם זכרון צוזאמענגעשטעלט א רשימה פון אלע סקאלער יידן מיט די נעמען און עלטער און אזוי ארום שטום געמאכט דעם גלח, דעם אנטיסעמיט. אן אפשריפט פון דער ליסטע דערשיינט אין חג ם יזכור־בוך.

passage_87b5fe32e8b16790c96385d2
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 3041-3182

עס זייַנען אויך פארגעקומען עטליכע פאלן ווען ארעסטירטע אוקראאינער, באקאנטע נאציאנאליסטן וואס האבן קאאפערירט מיט די נאציס, 140

passage_934374b5e12fdd105a7765b4