חיים גראדע די איבערגעבליבענע עס טרעפט, אז צו חצות ווען די פלעדערמויז שוועבט, די שדים פון חלומות אין פינצטערניש וועבט — שפרינגט אויף פון געלעגער אפדוי און שרייט: מאמע! קען זיין, אז איר אלטיטשקע וואלט נאך געלעבט, דאס פנים פול קנייטשען, ווי ליכט־שטראלן סאמע. עס טרעפט, אז אפדוי זעט א מיידל מיט צעפ, דערמאנט זי זיך — דייטשישע טריט אויף די טרעפ. איז זי ניט אוועק ווען אוועק זענען אלע? זי זעט אין א בונקער פארשאטענע קע... . איר טעכטערל וואלט דאך געווען איצט א כלה. דאס טרעפט אבער בלויז ווען־ניט־ווען אינדערשטיל. אמאל אויך אין טאג פון דעם חודש אפריל, ווען איבערגעבליבענע ווינען בציבור: ווען ס׳גיבן די יארצייט־ליכט בלוטיק א שפיל מיט אויגן, וואס זענען שוין שטויב אין די גריבער. אויך יענער וואס מאכט ניט קיין אויג צו ביינאכט, באהאלט זיך בייטאג אין א פנים וואס לאכט ווי אלע וואלטן גייען אין יאך אונטערטעניק און האבן אין לעבן שוין שלום געמאכט מיט סקילה און שרפה, מיט הרג און חנק. 147
Original scanEvidence located
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1033
passage_cd9fb9fdb0232b1fcc2422dd