חיים ברעטלער ביי די פראצעסן פון נאצי־רוצחים אין דייטשלאנד 0 אכנדיק דעם טרויעריקן סך־הכל פון אונזער פארשניטענער שטאט, סקאלע, ביים צונויפשטעלן פאר דעם יזכור־בוך די רשימה פון אלע מענער, פרויען און קינדער וואס זענען אויף א מורא׳דיקן אופן פארטיליגט געווארן, איז אפשר כדאי אנצוגעבן פרטים וועגן דעם, וואס עס איז געווארן מיט אונזערע מערדער. שוין גלייך נאך דער באפרייאונג אין די יארן 45 ־ 1944, האבן אונזערע רעשטלעך לעבן־געבליבענע איבערגעגעבן דער סאוויעטישער מאכט א צאל אוקראאינישע און פוילישע יידן־מערדער, וואס זענען ארעסטירט און גע׳משפט געווארן. פרטים וועגן דעם אויף זייט. די ארבעט איז דעמאלט געטאן געווארן אין שייכות צו די ארטיגע רוצחים, וואס זענען אפילו נישט אנטלאפן פאר דער האנט פון גערעכטיקייט, זייענדיק זיכער, אז קיין יידן האבן נישט איבערגעלעבט און קיינער וועט זיי נישט פארפאלגן. וועגן נקמה איבער דייטשע מערדער האט קיינער נישט גע׳חלומ׳ט. דא וויל איך איבערגעבן אלע מיר באקאנטע פרטים וועגן די משפטים איבער די דייטשע מערדער פון אונזערע בני־עיר, משפטים קליין אין צאל און נישטיג אין פארנעם, אבער בעסער ווי גארנישט.
Original scan
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1172
passage_f95589459f935553fce2f9e5
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1174-2005
אין יאר 1965 האב איך געלייענט א מעלדונג אין "פארווערטס" פון יידישן וועלט קאנגרעס. אין דער מעלדונג איז געזאָגט געווארן אז אן אונטערזוכונג ווערט געפירט וועגן די נאצי־פארברעכנס אין טשארטקאו און דער סביבה און אז עדות ווערן געזוכט פאר דעם צוועק. די געזוכטע עדות, אויסער מיר, זענען געווען: נחמיה שטאק, מאיר בלוטשטיין, (איצט אין מאנטרעאל) און אנדערע. איינער פון די נאצי־פארברעכערס קעגן וועמען מען האט דעמאלט אנגעהויבן צו פירן אן אונטערזוכונג, איז געווען דער אין סקאלע טרויעריג־ ״בארימטער״ ארטור ענגעל ימ״ש. מיט פינף יאר שפעטער, אין יאר 1970 זענען טאקע די אויבן־דערמאנטע דריי עדות, ווי אויך ריווע שווארצבאך, פערזענלעך דערשינען ביים פראצעס קעגן דעם רוצח ענגעל אין האמבורג און פנים־אל־פנים פארגעווארפן אים זיינע שענדלעכע מעשים.
passage_d7eb2187855e53511b3537cc