Original scan
Original memorial-book scan 172
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1003

קייען האמבורג. דאס וועטער איז געווען ווי דאס געמיט: א ווינט און א נאסער שניי האבן געפאטשט אין פנים. פארנדיק אין א טאקסי איבער די האמבורגער גאסן צום האטעל און באטראכטנדיק די נייע, אויפגעבויטע גאסן, די פולע קראמען, די שפע און רייכטום, האב איך אין געדאנק זי פארגלייכט מיט די חרובה און פון יידך אויסגעליידיקטע שטעט און שטעטלעך אין פוילן. האט דאס הארץ זיך פארקלעמט פון ווייטאג. די וועלט האט טאקע באזיגט נאצי־דייטשלאנד, אבער לגבי אונז, ייד, האט היטלער דעם קריג געוואונען. מיט די טרויעריגע מחשבות בין איך אנגעקומען אין האטעל, טרעפנדיק דארט, אחוץ די שוין אויבן־דערמאנטע נחמיה שטאק און מאיר בלוטשטיין, די אומגליקלעכע מוטער פון דערשאסענעם חנה שווארצבאך־ ריווע שווארצבאך. זי איז געקומען באגלייט פון איר טאכטער סוזי קארפפען, כדי עדות־צו־זאגן קעגן מערדער פון איר זון. איר איבערגעגעבן פארן געריכט די פרטים פון מארד איז געווען א פיינלעכער און האט געמאכט א רושם אויפן געריכט.

passage_5602b90f905292e32d473321
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1005-1909

צומארגענס, מיטוואך, דעם 4טן פעברואר בין איך געקומען אין באגלייטונג פון די עדות נחמיה שטאק, מאיר בלוטשטיין, ריווע שווארצבאך און איר טאכטער. דארט האב איך געטראפן א מיטליאריקן דיקלעכן גוי אין א ברוינעם אנצוג מיט א רויטלעך פנים פון א שיכור און וואסערדיק־בלויע אויגעלעך ווי ביי א חזיר. א באשעפעניש וואס האט קוים געענטפערט אויף די פראק פון געריכט: און ווען ס׳האט זיך אים געלוינט געגאסן מיט טרערן. האב איך זיך אליין געפרעגט: איז ראם ווירקלעכקייט? איז ראם ענגעל? דער קאלטבלוטיקער רוצח, פאר וועלכן א שטאט האט געציטערט? איז ראם די מעכטיקע ארמיי און די מיליטערישע קאשקעטן? קוקנדיק אויף זיין נעבעכדיקייט אין א דייטשן געריכט מיט וואפך קאלעגן אלס געשוואוירענע מיט־פארטיידיקער, בין איך געווען שטאלץ מיט אונזערע קדושים־זיינע קרבנות; זיי זיינען אפילו אין אנבליק פון טויט נישט געווען אזוי צעקראכן.

passage_aa67e5602c6d2d2de8891098
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1911-2865

אין פארלויף פון עטליכע שעה בין איך, אויסגעפרעגט געווארן פודם פארזיצענק ריכטער, די פארטיידיקערס און די געשוואוירענע. איך האב איבערגעגעבן אלץ, וואס איך האב געוואוסט וועגן ענגעל׳ס "מעשים טובים". אייניקע באשולדיקונגען האט ער מיט א האלבן מויל און נאסע אויגן געלייקענט, אנדערע האט ער געמוזט צוגעבן. צוהילף זיינען אים געקומען די פיפיקע אדוואקאטן, וואס האבן אנגעווענדעט אלע יורידישע דריידלעך צו צוטומלען די עדות און אפצושוואכן דעם רושם פודם מארד. צוערשט האט ער געלייקענט ווען יידישע עדות האבן די פאקטן פון מארד באשטעטיקט אן יעדן ספק. אבער דערנאך האבן די אדוואקאטן באהויפטעט, אז ערשטנס האט ענגעל בלויז איין מענטש דערשאסן און דאס אין א מינוט, ווען ער האט כלומרשט געמיינט, אז חנה שווארצבאך וויל אים אנגרייפן, און אזוי געטריבן דורכן אינסטינקט פון זעלבסטפארטיידיקונג האט ער אים דערשאסן. צווייטנס האט ער היינט חרטה דארויף . . . * * * 152

passage_b8406e44afdaf668b8c52a17