ב. רעסלער כלי קודש אין סקאלע רבנים 3 י שטאקיין ספק, אז די קהילה קדושה סקאלע האט געהאט רבנים, דיינים, מורי־הוראה פון לכתחילה אן, באלד פון אויפקום פון יידישן ישוב אין שטאט. מן הסתם זענען די נעמען פון יענע כלי קודש, זייערע פירונגען און טואונגען אין יענע ווייט־פארגאנגענע, פארנעפלטע צייטן, געווען פארצייכנט אין פנקסים. אבער, צום גרויסן באדויער און ווייטאג, זענען די פנקסים אומגעקומען, אינאיינעם מיט די סקאלער יידן, וואס די נאצישע רוצחים האבן אומגעבראכט. לעבעדיק, אין זכרון, זענען אבער געבליבן די צודיקע רבנישע משפחות פון סקאלע, וואס האבן פארנומען רבנות־שטולן אין שטאט: די משפחות דרימער און לאופער. וויאזוי און פארוואס סקאלע האט געהאט צוויי רבנים־סיי פון וויזשניצער סיי פון טשארטקאווער חסידישן צד־ווערט דזנרציילט אין די ארטיקלען פון בנציץ פידערער און יבל״א גדליה ולאכמאן. די עלטסטע און די מער־פארצווייגטע פון די צוויי איז געווען די משפחה־דרימער. זי איז מפורסם געווארן אין דער גאנצער געגענט, און אין אסך גאליצישע שטעט, דורך ר׳ שלמה דרימער, א גרויסער גאון אץ פוסק, מחבר פץ ספר "בית שלמה". הרב ר׳ שלמה דרימער איז טאקע גערופן געווארן אויפ׳ן נאמען פון זיין ספר "בית שלמה".
Original scanEvidence located
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1246
passage_9f7ad73b26ed9f6e0f597d3c
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1248-1974
הרב ר׳ שלמה דרימער איז געזעסן אויפן כסא הרבנות אין סקאלע נאך אין די צייטן פון די קאסאווער־ורזשניצער רביים. ר׳ שלמה דרימער איז ארך געווען א מקורב ביים ריזשינער צדיק דיעזראל. (א מעשה וועגן א באגעגעניש פון ריזעזינער מיט ד שלמה דרימער ווערט וויטער געבראכט). בעת ר׳ שלמה דרימערס אנהאלטן דעם כסא הרבנות איז אין סקאלע אויך געווען דער אלטער דיין ר׳ לייבוש(ר׳ לייבוש דיין איז געווען א מקורב נאך ביים רבי׳ן ר׳ חיים קאסאווער). נאך דער פטירה פון ר׳ שלמה האט דעם כסא הרבנות(פון וויזשניצער חסידים צד) איבערגענומען זיין זון ר׳ אברהם, אויך א גרויסער בקיא אין למוד מופלג. אויף די עלטערע יארן איז ר׳ אברהם געווען א חלוש, שוואך אויף דער 93 ו
passage_12c423b849c91d2b5b67bf9a