Original scan
Original memorial-book scan 221
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1351

יעקב הערצא ג טעאטער אין סקאלע און די גרינדונג פון דער יידישער ביבליאטעק !אז ווא ס איך וויל דא דערציילן איז פארגעקומען אין יאר 909 ו. אין אמתן זענען נא ך פריער געמאכט געווארן פרואוון צו ארגאניזירן עפעס א מין טעאטער־פארשטעלונג בעת טאנץ־אוונטן. אין יאר 909 ו בין איך געקומען אהיים(נאך א לענגערע צייט נישט זיין אין שטאט) און נאך די ימים טובים האב איך זיך דערוואוסט, אז די העברעאישע שולע נויטיקט זיך אין פינאנציעלער הילף. אין א שבת זענען זיך צונויפגעקומען ביי זיידע סאבל אין שטוב, מאטי וויידבערג, חיים וויידבערג, משה וויידבערג, משה וויינרדב, אברהם באסיק, חיים גאטעספעלד און איך. עס זענען דארט אויך געווען ביידע לערערס פון דער שול: מ.א. טענענבלאט און ב.צ. שיוועק. מיד האבן באהאנדלט פארשידענע פראיעקטן, ווי אזוי צו באקומען א ביסל געלט פאר דער שולע. מ׳האט באשלאסן אנצונעמען מיין פארשלאג וועגן ארגאניזירן א טעאטער־פארשטעלונג. א פאר טעג שפעטער זענען מיר זיך צונויפגעקומען ביים לערער טענענבלאט אין שטוב. איך האב מיטגענומען א פאר פיעסעס אץ מיר האבן באשלאסן צו שפילן "גאט, מענטש און טייוול" פון יעקב גארדין. באלד אויף דעם ארט האבן מיר פארטיילט די ראלן: "די שטימע פון ג־ט" און פראלאג־אברהם באסיק; דער שטן (טייוול)־אריאל מאזיק־איך; הערשעלע דובראווער־בן־ציון שיוועק:

passage_2574ea07f8249c0049a9c48f
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1353-1652

פעסעניו, זיי ן פרו י־פרו י טענענבלאט ; לייזער בדחן, זיי ן טאט ע־מש ה וויינרויב : פריידעניו, או ן ציפעני ו־זייער ע פלימעניצע ס־פרו י שיווע ק או ן פרייליי ן ארי ע חאצק ל דראכמ ע־מש ה וויידבערג : דאבע, זיי ן פרו י־חיי ם גאטעספעלד ; מאטעל ע־זייע ר זו ן־מ.א. טענענבלאט ; ו 20

passage_92d863f94982be28e8448ee6