Original scan
Original memorial-book scan 225
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-791

גרדס ן דאקטאר. איז מען געפאק מיט דער באן קיין טארנטאפאל, סטאניסלאוואוו אץ בעיקער קיץ לעמבערג. אווי ווי אבער זונטיק איז געווען א שטרענגער חג אץ קאטוילישן פוילן, האט עס ראך נישט געהאט קיין שום צוועק צו פארן שבת. דאס פיר ן פאסאזשירן 5 קילאמעטע ר קיץ בארשטשיוו, אדער 35 קילאמעטע ר קיץ טשארטקאו איז געווען אן אויסשליסלעכער מאנאפאל פץ די סקאלער פיאקערניקעס, אלע פשוטע יידן, אבער נישט קיץ שבת־גויים, חלילה. וועט איר ראך פרעגן — נו, וואט איז מכוח אן אויטאמאביל? דארפט איר וויסן, אז אזא מאשץ איז געווען א גרויסע זעלטנהייט אין סקאלע! קיינער האט דאס נישט פארמאגט, אץ אויב עס האט זיך איין מאל אין א יובל באוויזן אז א כלי, איז מען פון אלע זייטן געלאפן קוקן דערויף ווי אויף א ביז וואונדער.

passage_203dc02d97d1ce16832a8744
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 793-1561

דערפץ פארשטייט איר שוץ מן־הסתם, אז אויב אפילו א פארעקשנטער בעל־תאווהניק האט געוואלט טאן עפעס אן עבירה׳לע, האט ער, נעבעך, געמוזט זוכן מיט ליכט א פאסיקע געלעגנהייט, און האט געליטן ממש פון חיבוט־הקבר נאך אויף דער וועלט. אפילו באדן זיך אין טייך זברוטש איז מען שבת ווייניק געגאנגען. פאר מיטאג איז דאס וואסער געווען קאלט אפילו פאר די חוצפהדיקע "שבת־גויים", און נאך מיטאג האט מען מערסטנטיילס געכאפט א דרימל, פאר נאכט ווידער האט מען זיך געגרייט צום גרויסן שפאציר, פץ דעם פוילישן קלויטטער ביז "אויכן אין טויער", פץ דער שיינער אלייע, וואט האט זיך הכנסיה הקטולית רומאית - אתר מרכזי בעיר . . 01€1 > 51 ח 1 .> 1 ^ €11 ךח^)ח 10 1 חג) 1 ז 11 וז 0 ! 6 — 1 {€״ 01111 0116 ^ €01 7116 205

passage_b050aece7ca98db6f3e74c46