Original scan
Original memorial-book scan 248
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1171

איך בין ארויס געגאנגן מיט די אידן פון דער פאסט, און יעדער איינער האט מיד אגיטירט אויף א באזונדערן אופן, אז ווען איך וועל צוריקקומען קיין אמעדיקע, זאל איך זיי דארט ערקלערן, וואס עס מיינט א בריוו פון זיי. אונזער געשפרעך איז איבערגעשלאגן געווארן פון א פדוי, וואס איז מיד אקעגן געקומען, אנגעטאן אץ שמאטעס. זי האט זיך פארגעשטעלט. איר מאן איז אין אמעריקע. זי הערט פון אים ניט זייט די לעצטע עטליכע יאר. זי האט דריי קינדער. זיי האבן אלעמען נישט וואס צו עסן. זיי פרירן פון קעלט. זי בעט, איך זאל זען איר מאן און ווירקן אויף אים, ער זאל אויף איר רחמנות האבן. זי וויינט יאמערליך. זי פרעגט מיך, פארוואס איז איר מאן אזוי הארצלאז. ווי אזוי קען א פאטער פארגעסן זיינע קינדער? איך פארשרייב זיך אץ ביכעלע איר נאמען כדי זי צו בארוהיגן, באטש איך ווייס, אז איך קען גארניט טאן. איך קען איר מאן. ער איז ניט ביים זינען. ער איז אין א משוגעים־הויז. איידער די פרוי איז אוועק, איז א צווייטע פרוי אנגעקומען, אויך אנגעטאן אין שמאטעס, און שרעקליך געוויינט. זי האט א זון אין אמעריקע, און ער שרייבט איר אפילו ניט קיין בריוו.

passage_bc3c7b7280a0db93f4bca4ae
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1173-1800

— איך האב זיך געצויגן רעם מארך, כדי אים אויפצוציען. איך האב זיך געליען און געבארגט, זיך פאר׳משכונ׳ט, כדי אים צו שיקן קיץ אמעריקע, ער זאל ווערן א לייט, און ער שרייבט מיר אפילו ניט. פארוואס איז ער אזוי? מיט וואס האב איך אזוי געזינדיגט, אז מיין קינד, מיין בלוט און פלייש זאל אן מיר פארגעסן? וואס וואלט אים געארט, ווען ער שרייבט מיר א בריוו? זאל ער מיר ניט שיקן קיץ געלט. איך בין אים מוחל. איך בין שוץ געוואוינט צו הונגעק. אבער זאל ער מיר כאטש שרייבן, איך זאל זיך ניט שעמען פאר מענטשן, וואס איך האב א זץ, וואס שרייבט מיר ניט . 228

passage_c06a55be41e29ffe4d8ffc0b