צופרידן און שאקלט מיטן קא טאסעץ דער ברייט. דער "יעקע" קוקט אויף דעם "אסט־יודע" און קען זיך קיין עצה נישט געבן. דאן פרעגט ער ברוך לייב פון וואנען ער איז, און ברוך לייב ענטפערט, פץ סקאלע א ם זברוטש. דערהערנדיק דאס, בלייבט דער "יעקע" א פארציטערטער: סקאלע איז אים ווינ געוועזן באוואוסט, צוליב׳ן סקאלער גראף גאלוכאווסקי, וואס איז געווען אינערן־ מיניסטער פון עסטרייך־אונגארן. סקאלע ליגט ראך אויף דער רוסישער גרענעץ און דער "אסט־יודע" וויל עפעס אומפארשטענדלעכע פאפירן. זייער פארדעכטיק; נישט אנדערש, נאר ער איז אוודאי א רוסישער שפיאן. אי, די בארד, די פיאות, דער פליושענער קאפעליאוש און די קאפאטע? נו, א שפיאן פארשטעלט זיך! דאס איז עס! דער "יעקע" האט גלייך גערופן פאליציי און אויך די פאליציי האט נישט געהאט קיין גרויסן דערפאלג. ביי דער אויספארשונג האלט זיך ברוך לייב ביי זיינעם, ער איז פון סקאלע און ער וויל אשר יצר־פאפיר אץ מער גארנישט.
דא האט דער אויספארשער עפעס פארטראכט: (פארט פאליציי) ער וועט ברוך לייב׳ן שטעלן א פראגע. אויב ער איז טאקע פון סקאלע, טא זאל ער זאגן צו וועמען געהערט סקאלע? געמיינט האט דער אויספארשער דערביי, אז אויב דער "יודע" ווייסט, אז סקאלע געהערט צו גראף גאלוכאווסקי, איז ער נישט קיץ "שפיאן", נאר גלאַט עפעס א שוטה, א צעדרייטער, און ער וועט אים באפרייען. טאמע ר נישט, אויב ער וועט נישט וויס ן דעם ריכטיקן ענטפער, איז ער טאקע זיכער א געפערלעכער שפיאן. דא האט דער אויספארשער א נעם געטאן ברוך לייב׳ן אויפ׳ן צימבל: דו טענה׳סט אז דו ביזט א סקאלער־טא זאגזשע מיר קלאר צו וועמען געהערט סקאלע? און ברוך לייב האט גלייך געענטפערט "סקאלע איז אין דער התחלה געווען כולה־וויזשניץ, ביז עס זענען אויפגעשטאנען עטליכע הולטאיעס, דראבעס און זיך אפגעשפאלטן קיץ טשארטקאוו" ־ קלאר ווי דער טאג. דער סוף המעשה: נאכ׳ן אפזיצן אביסל אין אויספארשונגס־ארעסט, איז ברוך לייב צוריקגעבראכט געווארן קיץ סקאלע מיט "שופ", אונטער פאליציי־באגלייטונג. ״אבער ער זינגט דאך תתברך״...
כידוע, זענען ביז צום גרויסן מחלוקת וויזשניץ־טשארטקאווא אלע חסידים געווען וויזשניצער. פארשטייט זיך, אז דער וויזשניצער נוסח התפילה איז געווען דער איינציקער. ווען דאס מחלוקת האט זיך צעפלאקערט, האבן די פרישע טשארטקאווער חסידים גענומען איינפירן דעם טשארטקאווער נוסח. די צרה איז אבער געווען, וואס דאוונענדיק דאס גאנצע לעבן מיט איין נוסח התפילה, איז זייער שווער געווען איבערצוגיין צום נייעם נוסח. איז נישט איין מאל געקומען צו פעטש. כדי צו פארמיידן חילול השם, פלעג מען, בעיקר אין די טעג פון יום טוב, אוועקשטעלן א פאליציי־מאן, ער זאל אפהיטן די ארדענונג. 230