עולם השפל איז געגגליכן צום גיין צו דער באן. דער גראף גאלוכאווסקי פארט צו דער באן אין א טייערער קארעטע. דו משה דודי, פארסט אין א פיינער בריטשקע; א יידא בעל הבית פארט מיט ישראל יואל׳ס פיאקער; א פשוטער ייד פארט מיט א פערד און וועגעלע, און איך לייביש, נעם דאס זעקלאויף דער פלייצע און כ׳גיי צופוס. אמת, איר אלע קומט צו דער באן שנעלער אץ אדסגערוטער, אץ איך קום צום סאמע לעצט א מידער, א דורכגעווייקטער אין שווייס. אבער אין דער באן זענען מיר אלע גלייך. לעבן, לעבן מיר אויף פארשידענע אופנים, דערפאר אין דער ערד וועלן מיר ליגן אלע גלייך". ברוך פייערשטיין דער "רעגירער" ביי אונדז אין שטאט איז מיט א היבש ביסל יארן צוריק געווען א ייד ר׳ ברוך פייערשטיין, וועמען די שטאט־יידן האבן גערופן ברוך "רעגירער" און דער נאמען איז געווען ווי צוגעפאסט. ער איז געווען א יידא תקיף, א חשוב ביי די פריצים און יידן האבן געציטערט פאר אים אימת מות. דאס, וואס איך וויל דא דערציילן האט פאסירט מיט מיין זיידן ר׳
ברוך טאבאק ע״ה, ווען ער איז אלס 6 ויאריקער יונגערמאנטשיק געקומען קיץ סקאלע און געגעסן קעסט ביי זיין שווער ר׳ ויידע דרימער ע״ה. זייענדיק ערשט א קורצע צייט אין שטאט און נישט קענענדיק כמעט קיינעם, איז ער פארבייגעגאנגן ר׳ ברוך "רעגירערס" הויז, גראד ווען יענער איז מאיעסטעטיש געזעסן אינדרויסן אויף א שטול. דערזעענדיק מיין זיידן, האט ער א רוף געטאן: "בחור! קום נאר אהער!" (דער זיידע האט נאך נישט געהאט קיץ חתימת זקן, האט ער געמיינט, אז ער איז נאך א בחור). ווען דער ויידע איז צוגעגאנגן צו אים, האט ער א קאמאנדעווע געטאן: "גיי טראג מיר ארויס דעם צעבער". אז דער ויידע האט א פארוואונדערטער זיך נישט גערירט פונ׳ם ארט, האט דער תקיף א געשריי געטאן: "דו הערסט וואס איך רעד צו דיר?" דער ויידע, כאטש נאך גאר א יונגער, האט זיך נישט דערשראקן און האט דעם "רעגירער" געענטפערט: "אנדערש פאס ט אייך נישט, נאר איך זאל אייך טראגן דעם צעבער? איר זענט נישט חולא אים אליין צו טראגן".
דע ר "רעגירער" איז אויפגעשפרונגען א צעקאכטער, פרעגנדיק די מענטשן, וואס זענען דערביי געשטאנען: "ווער איז דער עזות־פנים?" עמיצער פון עולם האט אים געואגט: "דאס איז ר׳ ויידע דרימערס יינגסטער איידעם". דא האט דער "רעגירער" זיך גלייך בארוהיקט, ואגנדיק: "יונגערמאן, דו וועסט שוץ בלייבן א היגער תושב, או דו האסט געוואגט מיר קעגנצוריידן". וינט דעמאלט האט ער אים נישט געטשעפעט. א דארפסייד ווערט א פוסק אין או״ח (אורח חיים) פסח ס״י תכ״ט ווערט געואגט: "שואלים ודורשים קודם הפסח שלושים יום", דאס מיינט, או דרייסיק טעג פאר פסח פארשט 252