מען איז רעדט אדום די דינים פון פסח. באמערקט דארויף דער רמ״א, (ר׳ משה איסירליש, אין דער "מפה" צום שולחן ערוך) אז מנהג לקנות חיטים ולחלקם לעניים לצורך הפסח" דאס הייסט, אז עס איז א מנהג צו קויפן ווייץ צו צעטיילן צווישן ארימעלייט. ווי מען זעט פון די רייד פון רמ״א איז עס בלויז א מנהג. פונדעסן איז מעות חיטים געווארן א פארהייליקטער חוב צו באזארגן ארימעלייט מיט פסח־באדערפענישן, כדי אויך זיי זאלן זיך פילן טאקע ווי אמת׳ע בני חורין. אזוי איז עס איינגעפירט אין אלע תפוצות פון קדמונים אן, ביז היינט. עס איז גאר אן איידעלער, מענטשלעכער איינפיר, וואס פאסט זיך צו פסח, דער יום טוב פון חירות, פרייהייט. אויך ביי אונז אין סקאלע איז די מעות חיטים זאמלונג יאר־יערלעך דורכגעפירט געווארן און וועגן איינעם אזא ערב פסח, וויל איך דא דערציילן. דער סקאלער רב, הרב אברהם דרימער ז״ל, פלעגט זיך זייער מתעסק זיין מיט מעות חיטים. ער איז אינאיינעם מיט מיין פעטע ר׳ ישראל ברימער ע"ה יעדעס יאר ארומגעגאנען אין שטאט נאך געלט. זיי פלעגן אויך ארויספארן אין ארומיקע דערפער (ספעציעל ציגאן און לאסיאטש), וואו עס האבן געוואוינט מערערע יידישע משפחות און צענויפגענומען ביי זיי, אחוץ געלט, אויך קארטאפאליעס, בוראקע ס א. א.וו.
אין ציגאנען פלעגן זיי זיך אפשטעלן ביי ישראל ציגאנער, ביי וועמען עס איז געווען דאס דארפישע קלייזל, וואו זיי האבן געדאוונט בציבור. ישראל פלעגט אינצווישן לאזן וויסן אלע דארפס־יידן, וואס פאר א חשובה אורחים עם זענען דא, און דער עולם איז געקומען און האט געגעבן מיט א ברייטער האנט. איינמאל האט איינער פון די יידן זיך געווענדעט צום רב מיט א בקשה, זאגנדיק: "רבי, איך בעט אייך, פארהערט מיין יינגל". אז דער רב האט געפרעגט, וואס ער לערנט שוין, האט דער ייד א שטאלצער געזאגט: "ער לערנט שוין "ליישים" מיינענדיק מסתמא לשם יחוד פאר הנחת תפילין. האט דער רב געזאגט: "רוף אים אריץ!" דער בחור איז אריינגעקומען. דער רב, זעענדיק פאר זיך א כמע ט אנטוויקלטן מאן, האט א פרעג געטאן דעם פאטער: "ווי אלט איז דער בחור?" זאגט דער פאטער; "אין אכצנטן יאר". דער רב, אן אויפגעבראכטער, האט א געשרי געטאן: "געוואלד דו מיינסט צו זאגן, אז ערשט איצט וועט ער אנהויבן צו לייגן תפילין?" יא, רבי־ האט דער ייד א תמימותדיקער געענטפערט: "איר זעט רבי, ער איז געווען ביז איצט דער יינגסטער אין דארף, האט ער יעדן שבת געטראגן די יידן די טליתים אין קלויז אריץ. האב איך אים נישט געלאזט ווערן בר־ מצוה, ווייל נאך בר־מצוה טאר מען דאך נישט טראגן שבת, היינט ווען ביי סענדער׳ן איז אונטערגעוואקסן אן אנדער יינגל, וועט יענער שוין טראגן די טליתים. איצט פארשטייט איר שוין?"
רעש טפו ץ א קויליט ש חיים ישראל בוג עאיז באקענט געווע ן אין סקאלע ווי א ווערטל זאגער, א שפאס־טרייבער, א לץ, א פריילעך־מאכער. בפרט איז עס אזד געווען 233