אץ די יארן פון פאר דער ערשטער וועלט־מלחמה, ווען ער איז געווען אן עושר. אמאל פלעג ער טרייבן אביסל ליצנות דווקא מיט קבצנים. ווי באוואוסט, פלעגן יעק שבת אינדערפרי ארימע ווייבער ארומגיין איבער די הייזער צונויפצונעמען חלה. יעדע יידענע האט געהאט אדער אן אונטערגעבונדן פארטוך, אדער גלאַט געטראגן א טארבע, אריינצואווארפן די צענויפגעקליבענע שטיקער חלה. חיים ישראל, דער לץ, וואט פלעג הנאה האבן פון זיינע אייגענע חכמה׳לעך, האט אין איין שבת צו אזא אריינקומענדיקער יידענע, אזוי א מאך געטאן: "זייטשע מוחל, גיט מיר רעשט פון א קויליטש". אז די צעטומלטע יידענע מיט דער טארבע האט נישט פארשטאנען, האט ער איר מטביר געווען בזו הלשון: "אז איר גייט ארום אינדערוואכן נאך נדבות, און אז איינער וויל רעשט פץ א גאנצן זילבערנעם רייניש, גיט איר אים, איא? היינט איז שבת, אץ אז איר קלייבט צענויף חלה, גיטשע מיר רעשט פון א קויליטש". מלמד־סוחר־פרעזידענט, און דער וואסערפירער
שלמה וויינרויב, באקענט ווי שלמה אלטער׳ט, איז געווען איידאבן תורה. פאר דער ערשטער וועלט מלחמה איז ער געווען אין טקאלע א גמרא־מלמד, און טאקע א גאר גוטער. אזוי האבן די עלטערן פון די תלמידים געהאלטן. ער איז געווען איידא שטרענגער, אויף אלץ מקפיד געווען און געפאדערט און איינגעפירט געהארכזאמקייט. אז א תלמיד האט נישט געפאלגט, אדער נישט געקענט דאט שטיקל גמרא, פלעג שלמה אים גוט מקיים פטק זיין. ער האט נישט געזשאלעוועט. . . .
ביים אויטברוך פון דער ערשטער וועלט מלחמה איז שלמה אוועק פון טקאלע, ווי א פליכטלינג. צוריקקומענדיק קיץ טקאלע נאך דער מלחמה, האט ער אוועקגעווארפן דאס מלמדות און זיך גענומען צו מטחר (געהאט א לעבנטמיטל געשעפט). די שטרענגקייט און פינקטלעכקייט האט ער נישט אויפגעגעבן: ער האט זי נאר איבערגעטראגן פון די תלמידים צו די מתפללים פון דער "פארט־ארטור שול", וואו ער האט רעגירט ביד רמה ווי פרעזידענט־"דיקטאטאר". איר וועט דאך פרעגן, ווי קומט א מקום קדוש זאל גאר הייטן "פארט־ארטור", דער נאמען אליץ שמעקן ראך מיט קאזארמע און מיט פאניע־גנב? עם איז געווען א מעשה דערביי: אזוי ווי דער מקום קדוש איז געשטעלט געווארן נאך א גרויסער שריפה, האט מען דאס געבויט פון בעטטן מאטעריאל, שטיין, ציגל און א בלעכענעם דאך, ממש א פעטטונג. טקאלער "פאליטיקער" וואט האבן נאכגעפאלגט דעם רוטיש־ יאפאנישן קריג און די שלאכט ביי פארט־ארטור, האבן דעם בנין, צוליב זיין מאסיווקייט, גערופן "פארט ארטור". דער נאמען איז שוץ געבליבן לדורות. דא דארף מען צוגיבן; שלמה איז אלץ ווערט געווען. ראשית האט ער געלט געגעבן דער ערשטער, ער איז אויך געווען בעל־תפילה, בעל־קורא, ראש השנה האט ער געבלאזן שופר און אלץ אן געצאלטם. א דאנק דעם האט די "פארט ארטור" שול געקענט עקזיטטירן, ווייל כמעט אלע מתפללים זענען געווען פץ נישט־ 234