Original scan
Original memorial-book scan 257
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-681

א ז דע ר גו י הא ט ברוכ׳ ן געפרעגט, צ י ישרא ל יוסי׳ס, ווא ס הא ט אוי ך געהייס ן פייערעזטיין, אי ז פו ן זיין משפחה, הא ט ברו ך געזאג ט א ז ניץ. זעענדיק, א ז דע ר ערל, דע ר גויישע ר קאפ, אי ז אל ץ ניש ט תופס, הא ט ע ר אי ם געפרואוו ט מסבי ר זיי ן מי ט שכל, אוי ף אוקראיניש, או ן געזאג ט אזוי: ^ארשטייסט, איוואן, מי ר זענע ן העכע ר או ן זי י זענע ן נידעריקער. הא ט דע ר צעטומלטע ר גו י געפרעגט: "מי ט ווא ס זענ ט אי ר העכע ר או ן יענ ע זענע ן נידעריקער?" הא ט ברו ך פייערשטיי ן געענטפערט: "מי ר דאוונע ן אי ן דע ר טשארטקאווע ר קלוי ז או ן זי י אי ן בי ת המדרש". ישעי ה קרא ן דע ר בע ל מופ ת ישעי ה קראן, שייק ע רע ם סופר׳ס, אי ז געווע ן א באוואוסט ע "פיגור "

passage_bcf619ad4d81b9c4167af1c6
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 683-1884

אין סקאלעמחמת זיינע מאדנער פרנסה, אדער פרנסות. ראשית איז ער געווען א כתבארבא, מיט א שיינער האנטשריפט, מיט לשוןקודשדיקע מליצות אק מיט פליטערלעך. די דאזיקע מעלה האט ער שטארק אויסגענוצט. ער האט זיך באזארגט מיט א גאנצן קעסטל מיט אדרעסן פון גרויסע גבירים און אנדערע פערזענלעכקייטן, אין דייטשלאנד און אויך אין ווץ. ער האט אויך געוואוסט ווען די אלע גבירים און גדולים האבן יארצייט, אדער פראווען עפעס א שמחה. פלעג ער טאקע צו יעדע אזא געלעגנהייט ־בעיקראויף ראש השנה ־אוועקשרייבן צו יעדן פון יענע מכובדים א בריוו מיט די שענסטע ברכות. צו די גאר גרויסע גבירים ווי ראטשילד למשל, פלעגט דער טיטול איבער׳ן בריוו זיין אויסגעציקלט און אויסגעקרייזלט אויף א גאנצן זייטל. פון די דאזיקע שרייבעכצער פלעג טאקע צו אים אריינקומען געלט. נאר דאס דאזיקע טועכץ איז געווען בלויז א טייל פון דער פרנסה און דאס נאר בעת ער איז געווען אינדערהיים, אין שטאט. ער, ישעיה, פלעגט זיך אבער אויך מטריח זיין און ארומפארן איבער ווייטער שטעטלעך און דערפער, וואו קיינער האט אים נישט געקענט ־ און באגלייט פון א גבאי, שלמה סופר ־ אנגעגאנגן ווי א "גוטער איד", א בעל מופת.

passage_522965b745cbb89b1d7d2c1e
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1886-2790

אין א זיידענער ראדזשיוואולקע איבער דער קאפאטע, א ספאדיק אויפ׳ן קאפ, א טערקישע ליולקע־ציבוק אין מויל, א שטעקן מיט א ביינערנער גולקע, פלאכע שיך און זאקן ביז איבער די קני־איז ער געווען א לעבעדיקער ״פארטרעט״ פון א רבי׳ן. . . זיין מנהג, למשל, איז געווען אזא: דאנערשטיק פארנאכט פלעג ער אריינפארן אין א שטעטל, זיך אפשטעלן ביי זיינעם א חסיד, איבערנעכטיקן,און פרייטיק אינדערפרי, ווען די בעל הביתטע איז געווען פארנומען מיטן אנגרייטן אלץ לכבוד שבת קודש א ק לכבוד אים "זאל לעבן", איז דער גבאי אריינגעקומען פרעגן אויף די פיש ווייל "ער זאל לעבן", מוז האבן פיש לכבוד שבת. אז די בעל הביתטע האט א פארשעמטע אים געענטפערט, אז צו איר צעיר זענען אין די מקומות נישט א קיץ פיש, איז דער גבאי צוריק אריין צום "רביך׳אק באלד ארויסגעקומען א פריילעכער און געזאגט: "דער רבי זאל לעבן" האט געהייסן גיטץ 237

passage_bee8da9627d46b1ba9126d7c