דורך אים געהאלפן ווערן? "חס ושלום" האבן די ברידער פארציטערט אויסגעשריגן; "זאלסט זיך נישט דערוועגן צו טאן אזא מעשה, ווייל מיד וועלן זיך אפזאגן פון דיר". נו, זי האט געמוזט פאלגן. איינמאל איז געקומען קיץ סקאלע דער האראדענקער רבי, הרב יחיאל מיכאל ז״ל. האט אסתר מער ניעזט געקענט ביישטיין דעם נסיון און איז אוועק צום רבי׳ן און דארט אויסגעגאסן איר ביטער הארץ, און דער רבי האט איר צוגעוואונטשן א בן־זכר. און נסים איבער נסים, ווי איז דאס זעלבע יאר מעוברת געווארן און געבוירן א זון. (אונדזער פייוועל ע גאטעספעלד, היינט אין חיפה). די שמחה איז געווען א גרויסע און אפילו איר משפחה האט געמוזט מודה זיין אז זי האט גוט געטאן. פארשטייט זיך אז זי האט שוין ווייטער געהערט צו די חסידים פון האראדענקע. אין צוויי יאר שפעטער, ווען דער האראדענקער איז ווידער געקומען קיץ סקאלע, האט אסתר גענומען דאס קינד אויף דער האנט און אוועק, א גליקלעכע, צום רבין. דער רבי, ליינענדיק דאס קוויטל און געדענקענדיק די מעשה האט א זאג געטאן: "על הנער הזה התפללתי" (אויף דעם יינגל האב איך געבעטן). האט זיינער א חסיד, מעשל קאהן, וואס איז געווען דערביי און באוואונדערט דעם רבינס חריפות אין זכרון, א זאג געטאן: "אי האט ער א קאפ, ער זאל אים נאר אראפ!" • ▼ דער ווינער שוחט און די פארגליווערטע חלה צווישן די כלי קודש אין סקאלע איז אויך געווען דער "ווינער"
שוחט. ווי אלע אנדערע שוחטים, האט ער געטאן זיין ארבעט, די מלאכת הקודש, בשלימות. נאר למאי האט מען אים גערופן דער "ווינער" שוחט? עס קא ן זיין דערפאר וואס דער קאלנער פון זיין העמד איז שוין געווען פארקנעפל ט מיט א קנעפל אץ נישט פארבונד ן מיט לויזע בענדלעך: אץ אפשר דזגרפאר וואס ער האט געטראגן אויף די פיס שטיוול מיט כאליוועס און נישט קיץ שיך מיט לאנגע זאקן ביז איבער די קני. עס קען אויך זיין, אז ער האט געצוואג ן בארד און פיאות מיט אקריפ. מאלע וואס. איז וועג ן דעם דאזיקן "ווינער" שוחט און זיין אידענע, די שוחט׳קע, האבן סקאלער ליצנים דערציילט אז א מין מעשה נורא: יעדן דאנערשטיק פלעגט דער שוחט זיין טרוד אץ שעכטהויז פון גסות ביז שפע ט אין דער נאכט. עס איז דאך עפעס ערב־שבת. ער פלעג דזגרנא ך א מידער ארי ץ אין שטוב, עפעס טועם זיין אץ גלייך אוועקפאלן אין טיפן שלאף. די שוחט׳קע, ודדער, פלעג לכבוד שבת אויפשטיין פרייטיק עטליכע שעה פארטאג, כדי אויסצוהייצן דעם אויוון און באקן חלה און אנדערע גוטע זאכן לכבוד דעם הייליקן יום המנוחה. צו יענער צייט פלעגן די ווייבער זיך נוהג זיין, באזונדערם ודנטערצייט, צו לייגן דאס פארקנאטענע טייג אונטעק איבערבעט, כדי עס זאל 240