Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 262
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-892

לואי מענשעל ר׳ איציק ל איוואנקאווער דער פאסעסאר ווערט א געלט־מינצער ^עטלעכע שטריכן, עטלעכע עפיזאדן פון לעבן פון מיין עלטער־ עלטערווידער׳ איציק מענשעל, אדער ווי מ׳האט אים גערופן, ר׳ איציקל איוואנקאווער, קענען גיבן כאטש א טייל־ווייז בילד פון יידישן לעבן אין סקאלע פון אדום העכער הונדערט דרייסיק יאר צוריק. בערך אין יאר 1844 איז ר׳ איציקל איוואנקאווער געווען א פאסעסאר, אבער דערביי א איד א תלמיד חכם, א גרויסער ירא שמים, א בעל צדקה. ער האט געגעבן מיט דער ברייטער האנט אויף הכנסת כלה, און איז אויך געווען א ווארעמער מכניס אורחים. דערצו איז ער געווען גאר א הייסער חסיד פון וויזשניצער רבי׳ן ר׳ מענדעלי און איז געשטאנען אונטער זיין השפעה. ר׳ איציקל מענשעל (איוואנקאווער) האט געהאט באקענטשאפט און אויך א געוויסן איינפלוס אין די קרייזן פון קייזער פראנץ יאזעפ׳ס רעגירונגס־לייט.

passage_82b8248e3e8330619d40b23f
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 894-2023

אין יאר 845 ו האב אן אין געלד־מארק אויסגעפעלט די 10 קרייצער שטיק (זעקסערליך). דאס האט שטארק געשטערט דעם סקאלער שטאטישן מארק האנדל. דער יידישער איוואנקאווער פאסעסאר איז דאמאלס אוועקגעפארן קיין ווין צום פינאנץ מיניסטער מיט א ביטע נאך די 10 קרייצערדיגע מטבעות. דער רעגירונג האט דאמאלס אויסגעפעלט דער מעטאל צו מאכן די זעקסערליך, האט ער באפולמעכטיגט מיין עלטער זיידען, איציק מענטשעל, צו מינצן א צאל זעקסערליך אונטער דער רעגירונגס קאנטראל. די זעקסערליך זענען געמאכט געווארן פון א רויטן מעטאל און האבן קורסירט פאר 2 ו יאר צייט. האט מען די זעקסערליך גערופן די רויטע "איציקלעך". אונוער ויידע, איציק מענטשעל, איז געווען ווי געזאגט, א הייסער וויושניצער חסיד, פלעגט ער פארן אויף יעדן שבת ראש חודש צום רבין. מיט דער צייט האבן ויך אין סקאלה צונויפגענומען א צאל וויושניצער חסידים מיט מיין ויידן איציק מענטשעל בראש. אין יאהר 1848 האט ער אויפגעבויט א קלויז אין וועלכער דעם וויושניצער רבינ׳ס נוסח, שטייגער און מנהגים וינען שטרענג אפגעהיט געווארן. די קלויז האט מען גערופן "איציק׳ס קלייול".

passage_17567b8586cc03cb545f0b00
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2025-2292

די פארצווייגטע משפחות וואס וינען ארויסגעקומען פון אונוער עלטער־עלטער ויידען, איציק מענטשעל ע"ה, דער איוואנקאווער פאסעסאר, וינען געווען: מענדל מענטשעל, מענדל קאהן, מענדל קעלמאן, מר. און מרס. קאפל וויינטרויב, שרה וויעוענטאהל. 242

passage_99fe8ee657fc6beb151d16f9