Original scan
Original memorial-book scan 267
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1056

יעקב סופר אגאז־לאמפ און אנאפט־קוואל ^איך געדענק גענוי דאס גרויסע חידוש אץ פארוואונדערונג אץ סקאלע, ווען עס איז דארטן אוועקגעשטעלט און אנגעצונדן געווארן דער ערשטער גאז־לאמפ. א גרויסער לאמטער מיט נעצלעך, וואס האט געשיינט אץ געבליצט מיט א גרינלעבן ליכט, ממש טאג־ליכט. דער דאזיקער גאז־לאמפ האט יעק אוונט צוגעצויגן יונג און אלט. לכתחילה האט מען זיך גארנישט געקענט אפוואונדערן פץ דער וואזשנער דערפינדונג. געווען יידן, וואט האבן ביי דער שיין פץ דעם בליץ־לאמפ אין גאם דווקא געלייענט זייער קארעספאנדענץ, אדער א פארעלטערט בלאט־צייטונג, כדי צו זען ו ד שטארק עס איז דאס ליכט אץ ווי גוט עס איז זייער ראייה פון די אויגן. פרומע יידן האבן אדום דעם לאמפ געקוקט צום הימל און מחדש געווען די לבנה. (עם איז עפעס לייכטער געווען צו טענצלען "שלום עליכם, עליכם שלום", סימן טוב ומזל טוב"...) פאר די ווייסע חברה־ניקעס איז דער בליץ־לאמפ געווען גאר א צוציאונג. מ׳האט ביי זיי שיין געקענט שטיפן, זיך בארען און ווייזן קונדסישע שטיק...

passage_ea8f1c51a9b12397466e3dfd
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1058-1969

אבער דער גאז־לאמפ איז גארנישט קעגן דעם, וואס האט זיך אפגעטאן אין סקאלע, ווען עס האט זיך פארשפרייט א "בשורה טובה", אז די שטאט ווערט אויפגעריכט, באשר בכן: עס איז אנטדעקט געווארן א נאפט־קוואל. וויאזוי איז דער נאפט־קוואל אנטדעקט געווארן? איז די מעשה אזא: עם איז אויסגעבויערט געווארן א נייע קערניצע (א ברונים), האט זיך מיטאמאל ארויסגעוויזן אז דאס וואסער, וואס מען טרינקט פץ דעם דאזיקן בוונים, פילט זיך פון נאפט. איז דאס א קלארער סימן, אז דארטן אונטן, אין דער טיפעניש, פליסט דער שווארצער "אוצר". אט קען סקאלע ווערן א מין באריסלאוו, וואו עס פליסט "שווארץ גאלד". די פראגע איז בלויז צו וועמען געהערט דער אוצר און אונטער וועמעס באק פליסט ער? אדב אפילו דער באק געהערט צו דער שטאט, צו דער געמיינדע, וועט שוין יי ק קיין פרנסה־אץ טאקע בהרחבה־סייוויי סיינישט פעלן. א קלייניקייט נאפט!. 247

passage_b5c6bf160b674969adcac3c7