Original scan
Original memorial-book scan 270
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-645

אױך געלעגן אױף בוידימער, אין קאמערן, אין בתי מדרשים אױף די הויף. די אכסניא, אין וועלכער די צוויי מפורסמה צדיקים און דעד חתן זענען איינגעשטאנען, איז כסדד געווען באלאגערט פץ א המץ־עם. מען האט געוואלט באפן א קוק אױף דעד התנהגות פון די צדיקים, רד זיי פדאווען "טיש", זאגן דברי תורה וכדומה. אריינקומען אינעווייניק איז ממש נישט־מעגלעך געווען. און די, וואס האבן זוכה געווען אץ דאס באוויזן, האט מען שפעטעך אויך ארומגערינגעלט, כדי צו הערן פץ זיי א ווארט. אין די וואכעדיקע טעג האבן כלי־זמר כסדר געשפילט און דאס געזאנג און די ריקודים האבן גארנישט אויפגעהערט.

passage_288397205e29da653f5f57f5
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 647-1729

דע ם שבתפון דעד עליה־לתורה איז די אכסניא פון די מחותנים און חתן באלאגערט געווארן פון טויזנטער יידן. גאסן און געסלעך אדום זענען געווארן שווארץ פון מחנות חסידים און סתם נייגעריקע ייק, כדי צו זען ווי דער חתן מיט די מחותנים וועלן גיין אין שול אדיין. אבער די מחותנים מיט׳ן חתן האבן פשוט נישט געקענט ארויסגיין אינדרויסן. מ׳האט בשום אופן נישט געקענט פאר זיי מאכן א ווארע. מען איז געשטאנען אויף דעכער און פלויטן, געהאנגען אויף ביימער־ נישט ארויס און נישט אדיין. האבן די מחותנים, דער רבי ר׳ חיים און דער רבי ר׳ ישראלטשי, באשלאסן צו דאווענען אינעווייניק אין דער אכסניא אץ צו לייענען פון דעם קליינעם ספר תורה, וואס דער ריזשינער רבי האט תמיד געפירט מיט זיך. בעת מען האט געדאוונט אינעווייניק, איז אינדרויסן געשטאנען א ריזיקער עולם איינגעהילט אין טליתים און מיט־געדאוונט אויפ׳ן קול, אזוי אז עס האט זיך געהערט פון איין עק שטאט צום אנדערן. אזא שבת׳דיק דאווענען האט סקאלע פריער נישט געהערט און נישט געזען, און טאקע שוין קיינמאל נישט מער.

passage_6578b8ce4454615fe6d7ec0f
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1731-2725

צומארגנס האט דער ריזשינער געמאכט א גרויסע סעודה לכבוד זיין מחותן דעם רבי׳ן, ר׳ חיים פץ קאסיוו. פארן בענטשן האט דער ריזשינער א מאך געטאן צום קאסיווער: "מחותן, איר ווייסט דאך, אז עס איז א מצוה צו לויבן דעם חתן פאר דער כלה און די כלה פארן חתן, און אויסצורעכענען זייערע מעלות טובות". דא האט פון א זייטיקער טיר אויפן שוועל זיך באוויזן די קאסיוועווער רביצין און א מאך געטאן צום ריזשינער: "זאל דער מחותן ארויפלייגן זיינע הענט אויפן קאפ פון מיין זץ, דעם חתן, און אים בענטשן, ווארום א צדיק הדור איז דאך ווי א כהן ביים דוכענען". דארויף האט דער ריזשינער איר געגעבן אזא תשובה:״מען דארף נישט ארויפלייגן די הענט אויפן קאפ. ס׳איז גענוג צו בענטשן מיטן מויל. עס שטייט דאך בפירוש אין דער תורה הקדושה וועגן ברכת כהנים: "כה תברכו את בני ישראל, אמור להם" אזוי זאלט איר בענטשן די בני ישראל, זאג זיי. "אמור להם" זאג זיי מיטן מויל און נישט דווקא מיט די הענט.

passage_156a350a30fe09b2fe932859
Passage 4normalized OCR · source chars 2727-3282

בע ת דע ד דאזיקע ר סעוד ה הא ט דע ד קאסיווע ר רבי , ר ׳ חיי ם געזע ן א ז דע ד ריזשינע ר צדי ק עס ט כמע ט גארנישט . הא ט ע ר אי ם געפרעגט : "למא י עס ט דע ד מחות ן אזו י ווינציק , אי ז קוים־קוי ם עפע ס טועם? " הא ט דע ד ריזשינע ר געענטפער ט אזוי:״איידע ר מי ד זענע ן אראפגעקומע ן אוי ף דע ד וועל ט האב ן מי ד געמאכ ט א תנא י מי ט אונזע ר גוף , א ז מי ד קאנע ן זי ך ניש ט פארבינדע ן מי ט אים , מתקשר־זיין , סייז ץ ע ר אי ז מסכי ם זי ך צ ו באנוגענע ן מי ט א קליי ן ביסל . נו , הא ט ער , דע ד גוף , מסכי ם געווע ן או ן ע ר האל ט דע ם תנאי , דע ם באדינג . 250

passage_c7ca12f764929ef0baed7042