Original scan
Original memorial-book scan 273
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1057

רעפרייען וויל איך גאט מיט דיר ריידן זאלסט מיר אצינדערט פארגעלטן: פאר מיר איז ווייניק דער גן־עדן איך וויל דריי הונדערט מיט צען וועלטן! 3 באלד קומט דער חזון אויך צוגיין מיטן גראבן פינגער אין גארגל: "איך קען־זאגט ער־די מלאכה שיין איך האב א קול ווי אן ארגל. איך האב געדאווענט פלאי־פלאים געלייענט אין דער הייליקער תורה, שבת און ראש חודש און ימים נוראים פאר דיר לעבעדיקער בורא. רעפרייען וויל איך גאט ובו׳ 4 אט קומט איינער אויך צוגיין מיט א גרויסן לאמטערן: "איך בין־זאגט ער־א שמש געווען איך האב געדארפט די שול אויסקערן. איך האב געוועקט דעם עולם צו סליחות געדינט אויף חתונות און ברית׳ן, איך האב געטאן נאר הייליקע שליחות און האב אויף מיר אלעס צוריסן. רעפרייען 5 אט קומט צופליען אויך דער מוהל און זאגט ער איז א פיינע בריה: "איך קען־זאגט ער־די מלאכה וואויל, חיתוך, מציצה פריעה, געשניטן און געזויגן און געריסן אליין געמאכט די ברכה, און אויף אלע ארעמע ברית׳ן אליין געווען דער בעל־מלאכה. רעפרייען 253

passage_4a1f9092b01acc095ef0907a