Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 275
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-911

און אַ מוציא מיט האנג און אַ שאפן קעפל. און פון חנוכה אַ דריידל און די ליפן זענען באשמיר ט מיט בלוט פון אַ מציצה; און די פיס זענען באצירט מיט שיך פון אַ חלוצה. און אין פאזוכה פון פורים אַ המן־טאש און אַ פראק פון שמחת תורה; און ער טוט אַ שפרונג מיט קוראז׳ פאר דעם לעבעדיקן בורא. "וויל איך גאט מיט דיר ריידן זאלסט מיר אצינדערט פארגעלטן; פאר מיר איז ווייניק דער גן־עדן איך וויל מיליאנען־מילאסן וועלטן". 9 דער הער גאט קוקט אן זיין צורע און די גאנצע כיתה אז אפשר פופציג טויזנט אירע, זענען געקומען מיט איין ביטע! און דער הער גאט ציט מיט דער פלייצע און האלט זיך קוים איין פון לאכן, און קען זיך גארנישט געבן קיין עצה וואס ער זאל מיט זיי מאכן. "ווי קען איך איך אלע פארגעלטן, כאטש איך בין דער גרויסער גאט? וואם טויג איך אלע אזוי פיל וועלטן?" ... זענען זיי אלע ארויס באנקראט! 255

passage_7e984a8d3104c5b33314753e